מסכת יענטאאש

מיינע ארטיקלען, בויך דריקענישן, דרשות און געדאנקען

אן איינפאכער חזיר....

זיץ איך מיך אזוי היינט פארטאגס אין ביהמ"ד ביי א גמרא און איך לערן.

אה..... די פריע פארטאגס שעה'ן..... עס איז דאך ממש מעין עולם הבא, דער קאפ איז קלאר און אויסגעלייטערט, מען ווייסט נישט פון קיין דאגות און פון קיין דרוק, מען ווייסט נישט פון קיין ביזנעס און פון קיין אינטערנעט, מען זיצט זיך אזוי רואיג מיט א געשמאקער הייסע קאווע פון ווי דער רויך גייט אויף הויך ארויף צעשפריידנדיג די גשמאקע גערוך פון א גוטן קאווע אינעם גאנצן ארום אויפרייצנדיג יעדן וואס גייט פארביי צו לויפן זיך אנגרייטן א קאווע ביים גרויסן קעסל ווי עס קאכן זיך די גאלאנען וואסער מחיה צו זיין אידישע קינדער מיט א פיינעם צופרי'עדיגן געטראנק. זיץ איך זיך מיט א רואיגקייט פארטוען אין די גמרא זיפענדיג א שלונג נאך א שלונג בעת עס טראפן טריפעלעך וואסער פון מיינע נאסע פיאות וועלכע האבן זיך נארוואס מטהר געווען צוזאמען מיט מיין גאנצער קערפער אין די פיינע מקוה, אויפפרישנדיג דעם פאריאגטן און פארפלאגטן אידל וואס דארף אט אט לויפן זיך מייגע זיין על המחיה ועל הכלכלה און מקיים זיין דעם בזיעת אפיך תאכל לחם, און יעצט נוצט ער נאר אויס די פרייע פאר רואיגע שעה'ן עוסק צו זיין אינעם שיעור קבוע זיינעם, אה!...... ממש א געשמאק!....... אביי זאגט רבא פרעגט רבה ענטפערט און שמואל ברענגט א ראיה, ר' יוסי הגלילי קריגט און רבי האלט אנדערש ר' יצחק נפחא שטימט צו און רבי אלעזר האלט אויך אזוי, אוי ווי זיס איז דאס!...... די מחלוקה לשם שמים פון די בית שמאי מיטן בית הילל פון רש"י מיטן רבינו תם, אוי דער מהרש"א מאכט דאך דאס אזוי קלאר און דער רשב"א ברענגט דאך א ראיה וואס מאכט שפרינגען, ווער רעדט נאך פונעם פני יהושע..... עס איז דאך אינגאנצן אן אנדערע וועלט, עס איז זיס..... עס איז לעכטיג..... עס איז א מחיה!..... מען פארגעסט דאך פון אלע צרות יגון ואנחה, משוגע דארף מען זיין נישט צו לערנען נאך מער משוגע נישט צו לערנען פארטאגס...... ווערט מיר אט שווער עפעס אין תוספות, נו וועט מען א קוק טאן אין מהרש"א, איך מיש אויף אהין, וועלכע דארף האלט איך?..... אה ל"ד ע"א..... ווי איז עס?.... אה דא....... לאמיר זען וואס דער מהרש"א זאגט...... איי איי איי איי איי איי יאם...... זינג איך מיך אונטער מיט א ניגונ'דל....., איך טרעף דעם מהרש"א..... איך בייג צו מיין קאפ אריינצוקוקן בעסער אין די קליינע ווערטער..... ווען פלוצלינג...... וועעעעעעעעעך!!!............. פוי!....... וועך!.... פעך!!.... נישט מער און נישט ווייניגער..... א גאלדן-ברוינער געדדייטע דריי און א האלב אינטשיגער האר........ וועעעעעעעעעך!!!............. פוי!.......ווער האט עס דא אריינגעלייגט???!!!!..........., אה עפעס א איד א פערד וואס האלט אז זיין האר פון די בארד איז הייליגער ווי מיינע מענטשליכע געפילן זענען ווערד........ גלייך אויף די מינוט, ווען מיין מויל איז נאך געווען פארדרייט פון איבל, האב איך מיך אראפגעזעצט שרייבן א בריוו צו דעם איד. לכבוד מיין טייערער ידיד, מיט פארעקלטע געפילן פון גרויס איבל און גרויל נאכדעם וואס איך האב געטראפן דיין הייליגער האר אין די גמרא וואס איך האב היינט געלערנט, זעץ איך מיך אראפ שרייבן די דאזיגע שורות. ווי עס קוקט אויס ר' איד האלט איר זיך פאר א גרויסער קדוש, אויף אזא פארנעם אז אפילו די האר פון דיין שטינקיג קערפער איז אזוי הייליג אז די שרפי מעלה אין הימל וועלן נישט אויסהאלטן אויב עס וועט זיך וואלגערן אויף דער ערד, וויל איך אייך זאגן אז ניין! איר זענט נישט קיין קדוש, נישט קיין צדיק, און אפילו נישט קיין סתם ערליכער איד, 'איר זענט א פשוטער חזיר!!!!!!'........... מיט וואספארא רעכט האלטסטו אז דו ביזט ערלויבט צו פאר'חזיר'ן הייליגע ספרים מיט אפפאל פון דיין גרויליכער קערפער???!!!!!?.... פארוואס האט אייער חזיר'יש הארץ באוואויגן אייער עקלהאפטער מח אז יא! אנדערע אידן זענען מחיוב צו שפייען איבל און גרויל צוליב אייער צעקניפטן האר'ל????!!!!?... ר' איד טייערער! אויב איר האלט אז אייער האר באלאנגט אין א ספר, דאן פלאצירט דאס אין א קאנווערט וועלכע איר זאלט שטענדיג האלטן ביי אייך אין קעשענע גרייט על כל 'האר' שלא תבא, און טראגט דאס אהיים און זאל אייער הויזגעזינט האבן די זכיה זיך צו באגעגענען מיט אייער געשמאקער אבר מן החי!!!!!!!!!...........

ווי עס שרייבט צו דיר דיין חבר, מיט עקל און גרויל געשטיקט מיט אן איבלדיגן טעם אין האלז.

נו, זאג עפעס