מסכת יענטאאש

מיינע ארטיקלען, בויך דריקענישן, דרשות און געדאנקען

וועסט זיך נאך בענקען צו די יונגע יארן…..

אזוי האט מיר מיין מאמע געזאגט בעת זי האט איינגעזאפט מיט א טישו די פילע שנירלעך טרערן וועלכע האבן אראפגערינען מיט א רחמנות אויף מיינע גלאנציגע יונגע בעקעלעך ווען איך האב געוויינט פארוואס איך בין נאך צו קליין צו גיין צו מיין צווייטע קאזינס חתונה. אזוי האט מיר מיין טאטע געזאגט בעת ער האט שטארק געדריקט מיין האנט גייענדיג אויפן וועג צום שול פרייטאג צונאכטס ווען איך האב גענודזשעט פארוואס איך בין נאך צו קליין צו קראסן אליין די סטריט. אזוי האט מיר מיין זיידע געזאגט מיט זיין שליימיגן קול בעת ער איז געזעצן אויף די טאראסע אנגעטאן אין זיין בלויען סוועטער און איינגעהילט אין זיין גרויען שאל טרינקענדיג א הייסע טיי מיט לימענע אין א פיר און ניינציג דעגרי וועטער צובייסענדיג א קאצקע ציקער. אזוי האט מיר מיין באבע געזאגט בעת זי האט מיט איר צידערדיגע האנט מיך פרובירט צו פיטערן די רעשטעלעך פאשיט און לאנגע -טאמעיטא סאוס- לאקשן וועלכע איך האב נישט געוואלט אויפעסן פאר נאכטמאל וויינענדיג אז די גרויסע קינדער צווינגט מען נישט צו אויפעסן. אזוי האט מיך מיין מלמד געזאגט בעת מיינע רויע בעקעלעך זענען געלעגן צעדריקט צווישן זיינע הארט-הויטיגע פינגער ווען ער האט מיך געציפט מיט א כלומר'שטע ליבשאפט. אזוי האט מיך מיין מנהל געזאגט מיט אן אריינרוימנדע שטילע שטימע אריינאטעמענדיג מיט זיין פון-קנאבל-שטינקפולע מויל גלייך אין מיין יונג אומשולדיג פיסקל. היינט, יארן נאך די חתונה מיט עטליכע קינדער אין די זייט מוז איך אייך זאגן טייערע עלטערן און מחנכים: גרויסע שטותים האט עטס גערעדט!, ווער בענקען? ווי בענקען? וואס בענקען?, איר האלט טאקע אז איך בענק מיך צוריק צו די צייטן ווען מיינע הענט זענען צעציפט געווארן בין דרימל לדרימל פון מיין טאטן פרייטאג צונאכטס אין שול?. איר האלט טאקע אז איך בענק זיך צוריק צו די צייטן ווען איך האב נאר באקומען אן אייסעס פון מיין מאמען בימי טהרה?. איר האלט טאקע אז איך בענק זיך צו די צייטן ווען מיין זיצער איז בלוי געווארן אונטער די רשעות'דיגע קאנטשיק פון מיין פארשאלטענעם מלמד?. איר האלט טאקע אז איך בענק זיך צוריק צו די צייטן ווען איך האב געמוזט לערנען שבת נאכמיטאג חומש מיט מיין זיידן?. יא אמת, ס'איז דא פארשידענע פריוויליגיעס וואס נאר א יונגל האט, איך למשל וועל קיינמאל מער נישט קענען פליען מיט א סקוטער אויף די סיידוואלק מיט א קוויטשענדע 'לעאו.....!! לעאו.....!! וויעאו.....!!'. איך למשל וועל קיינמאל מער נישט קענען זיך אראפשטעלן פארנט פון א 'פאני טאטע' און אריינקוקן אים מיט א צעעפנטע מויל גראד אין פנים אריין אזש איך זאל קענען ציילן די הארלעך פון זיין נאז. איך למשל וועל קיינמאל מער נישט קענען -אפגעזען ווי ווייניג נערוון איך זאל נאר האבן צו דאווענען- שפילן 'באהאלטן' און 'רעד לייט גרין לייט וואן טו טרי' אין שול. איך למשל וועל קיינמאל מער נישט קענען -אפגעזען ווי שטארק איך זאל נאר דארפן- 'לויפן' אין טוילעט מיט א שנעלקייט אנכאפנדיג זיך באותו מקום עס זאל נישט ארויסרינען. אבער פון די אנדערע זייט האב איך דען 'אזא תאווה' למשל צו האלטן פעסט א צעקנייטשטן סענדוויטש בעג אנגעפילט מיט צעמאלענע זאלציגע פאטעיטא סטיקס און צעברעקלטע זיסע טשאקלאד וועיפערס?. וויל איך דען אזוי שטארק אריינוואקן אין ביהמ"ד פרייטאג צונאכטס מיט 'לעמאנעיד פיאות'?. האב איך דען אזא תשוקה צו שרייען 'גויאאץ' פאר דעם שחור פון די מקוה?.......

היינט אין ביהמ"ד ביי שחרית האט ביי מיין מנין געדאוונט פארן עמוד א קליין פערצן יעריג בחור'ל. בשעת ער האט מיט זיין קוויטשיגן כפרה קול שרייענדיג 'גאדע קאדעשיי ראבאהההא!!' אויפן העכסטן טאן צעלעכערט מיינע אויערן, האב איך אים אביסל באטראכט, און איך האב ווידעראמאל פעסטגעשטעלט אז די באבע מעשה מיט די 'בענקעריי צו די יונגע יארן' איז 'סתם אין די וועלט אריין גערעדט'.... צו האלט איר טאקע אז איך בענק זיך ערנסט צו די יארן ווען מען האט אויף מיין צעקוועטשטע האלב צעריסענע ווי-א-באלי-אויסקוקנדע הוט געקענט דערקענען וואס מען האט געגעבן אין פיעוטים פאר פרישטאג די לעצטע האלב יאר??. צו מיינט איר טאקע אז איך בענק זיך וויכטיג צו די יארן ווען קאלעגע ישיבה בחורים האבן אין רעאקציע פון א דזשאוק אויף זייער חשבון געקענט צערייסן די טעשער פון די חאלאטלעך וועלכע האבן געסרוחעט פון ביי-פרישטאג-אויסגעגאסענע וועדזשטעבל סאלאטן און קאפי??. צו מיינט איר טאקע אז איך בענק זיך גאר שטארק צו די יארן ווען מען לעבט אין א תוהו ובוהו בעת די שתי שערות הייבן אן צו שפראצן און אזוי אויך די 'עפעס פאני פילינגס'?....סא, דו גאנצע 'יונגע יארן' גערעדעכץ איז 'סתם אין די וועלט אריין גערעדט'.....
| הקודם »
| הקודם »
| הקודם »

נו, זאג עפעס