מסכת יענטאאש

מיינע ארטיקלען, בויך דריקענישן, דרשות און געדאנקען

אפגע'הרג'עט א גוטן ווערטל...........

ווי מען גייט און שטייט איז מען ביזי מיט די אסטראנאנטן וואס דרייען זיך אין דער הייעך העכער אונזערע קעפ, האב איך זיך נאטורליך דערמאנט פון נאך מענטשן וואס פליען אין די לבנה אריין, נעמליך 'חתן כלה' גראד נאך די חתונה, און אז איך האב זיך דערמאנט פון חתן כלה אין די שבע ברכות האב איך זיך דערמאנט אין א גוטן און אמת'ן ווערטל וואס מען זאגט נאך פון ראפשיצער רב, איר האט שוין אודאי געהערט דעם ווערטל, אז ער האט אמאל געטראפן א חתן אינמיטן די שבע ברכות האט ער אים געזאגט 'איך בין נישט דיינס!', ווייל א חתן אין די שבע ברכות מיינט אז די גאנצע וועלט איז זיינס......... דער ווערטל וועפט שוין היינט פון אזויפיל געניצט ווערן, אבער דער אמת איז אז דאס איז אן אמת און געשמאקער ווערטל, און וואס איז נעבעך דער ווערטל שולדיג אז יעדער עלטערער מענטש -מיט אן ארויפגעדרייטן צעקניפטן בארד מיט די פיאות צוזאמגעדרייט מיט א פעסטקייט אויפן אויער צאמציענדיג איר ווי א פארמאכטן רויז- מיינט אז ער מוז צוגיין זאגן דעם ווערטל -וואס ער אליין האט נאך געהערט פון ר' חיי-מענדל כמה פעמים- פאר יעדן חתן וואס דאווענט אין זיין שול צעלאכנדיג זיך מיט א גרעבציגן געלעכטער ארויסווייזנדיג דערביי די געלע ציין וואס ליגן אים פארשטעקט אונטער די לאנגע שטעכיגע שנוינצן..... וואס איז נעבעך דער ווערטל שולדיג אז יעדער אפגעריסענער פעטער וואס האלט זיך פאר א בדחן מיינט אז ער מוז זיך ביי יעדע קאזינס שבע ברכות אויפשטעלן מיט זיין גרעביגן בויך און דיקע פיס מיט זיין צאמגעקנייטשטן גאלדענע בארד מיט די רינדיגע ברילן אויף זיין צעקוועטשטן נאז און אנהייבן מיט דייקא דעם ווערטל קוקנדיג דערביי אויפן חתן און הנאה האבנדיג אז ער שמייכלט נישט כאפנדיג אז דער חתן שמייכלט גארנישט פון זיין וויץ נאר ער לאכט שוין מיט א זיבלדיגן שמייכל א גאנצע וואך טראכטנדיג פון זיין גוטן גורל אז ער האט חתונה געהאט מיט זיין מעכטיגע כלה אין וועם ער האט נאר געזען די מעלות ביז איצט נישט כאפנדיג אז די חסרונות רוען נאר איצטערט איין ווי די שטילקייט פארן שטורעם...... וואס איז נעבעך דער ווערטל שולדיג אז יעדער זיידע מיינט אז בעת ער זיצט לעבן חתן ביי די שבע ברכות מוז ער איבערזאגן דעם וויץ פארן אייניקל מיט זיין שטילע קראצעדיגע הייזעריג-קוויטשעדיגע שטימע דערביי גלעטנדיג די געלע בארד מיט די ציטערדיגע האנט זיינע און שמייכלענדיג צו דעם צד השני'דיגן זיידן מיט א זיידע'אישן -אין היטלער נקמה'דיגן- שמייכל......... שוין וואס קען מען טאן?, די חברה האבן אפגע'הרג'עט א גוטן ווערטל...........
| הקודם »
| הקודם »

נו, זאג עפעס