מסכת יענטאאש

מיינע ארטיקלען, בויך דריקענישן, דרשות און געדאנקען

איעדער שמויגער, פאר זיך טויג ער.....

נישט לאג צוריק אין א שבת נאכמיטאג זיצענדיג איבער א טעללער פיינעפל און ליינענדיג א צייטונג, האב איך באגעגנט א מעלדונג פון א די -לאמיר זיי דא אנרופן- 'פאשאכאווער מוסדות', ווי זיי אנאנסירן אז זייער יערליכער דינער וועט פארקומען יענעם און יענעם מוצאי שבת, אין יענעם און יענעם 'באולם', און זייער אורח הכבוד וועט זיין עמיצער -לאמיר אים אנרופן- 'הרבני הנגיד המפורסם ר' בונם פעפערקארן הי"ו'.

איך רייב זיך די אויגן איינמאל און נאכאמאל, צו זע איך גוט? בונם?! בונם פעפערקארן??!!, וואס?!!!.

איך קען דאך דעם בונם'ען פון חדר נאך, געווען א לאצי, געווען יעדנס פאפי, וועמען ס'האט זיך געגלוסט פון איינעם צו טרייבן שפאס איז ער געווען דער אדרעס. ווען אימער ס'האט געשטינקען איז ער געווען דער בלאזער. ווען אימער מ'האט געוואלט עמיצן באשולדיגן ביים מלמד איז ער געווען דער קרבן. אלעמאל געווען דער 'גנב' ביי 'פליס גנבים', און 'איט' ביי 'באהאלטן'....

קיינער האט לעבן אים נישט געוואלט זיצן אויפן באס. קיינער האט מיט אים נישט געוואלט לערנען בחברותא. קיינער האט מיט אים נישט געוואלט שפילן. שטענדיג איז ער געזעצן אפגעזונדערט פון אלע און גערעדט צו זיך אליינס דראמענדיג מיט די הענט אויף א טיש ביים קארנער.

געגאנגען איז ער שטענדיג אנגעטאן מיט א הויז וואס איז געעווען ברוינליך שמוציג פון אונטן און וואס האט געהאט א צעריסענער זיפער צוזאמגעהאלטן מיט א סעיפטי פין. די הויז האט זיך געהאלטן מיט לויזע הויזן טרעגער, און ער האט געטראגן אן אפגעריבענער העמד אין וועמענס טאש עס איז געלעגן אן אלטער 'מעמאו פעד' און א 'שליסל האלטער' וואס ער האט גע'ירש'נט פונעם עלטערן ברידער.

אפילו דער מלמד -אפגעזען פון די פילע דרשות וואס ער האט געהאלטן פון רבי עקיבא און זיינע תלמידים וועלכע זענען אוועק וועגן טשעפען- האט זיך אויך כסדר אויסגעגעבן אויף דעם אומשולדיגן רחמנות פון חדר, ביי יעדן פארהער, יעדן זונטאג, און סתם אזוי א פארוואלקנטער טאג, אלץ האט ער געכאפט מכות מיט א תירוץ פארן באבע'ס קאץ אדער ניטאמאל דאס, בעת אלע איגלעך האבן זיך געהאלטן ביי די זייטן וויאזוי דער רבי וועמען זיי האבן אזוי פיינט געהאט טרייבט ליצנות פון דעם 'חדר קנעכט'.....

זיין שווארץ מזל האט אים ווייטער באגלייט אין די ישיבה יארן.

געווען דער ציל ברעט יעדן שבת זכור בפני כל הקהל. אויב האט ער פרובירט האבן א מיינונג איבער א נושא האט עס אים געקאסט צרות פאר א וואך. אויב האט ער פרובירט זאגן א וויץ האט עס אים געקאסט צרות פאר צוויי וואכן. אלץ האט מען אים באשולדיגט אלס דער מסור קעצל, און ווידעראום ביים מנהל האט מען אים גאר באשולדיגט אין די בארדעריי.

אז האט ער געוואלט זיצן אויף א טיש ביי פרישטאג האט ער געברויכט ברענגען די מילך, ברויט, פעפער, זאלץ, קארן פלעקס, און אויך זיין גרייט צו כאפן די וויצן אויף זיין חשבון נישט נאר בפה, נאר אויך אויב האט איינער געוואלט מאכן א יסורימ'דיגער וויץ ווי צב"ש אריינלייגן זאלץ פאר עמיצן אין די 'סיריעל מיט מילך' אדער אין די קאווע, איז ער געווען דער קרבן, און אויב האט ער געוואוסט וואס עס איז גוט פאר אים האט ער נאך געברויכט מיטלאכן אויכעט אדער עס וואלט אים געקאסט אסאך טייערער דער שפיל, ווייל ער איז א 'בעיבי' וואס פארשטייט נישט און פארנעמט נישט קיין דזשאוק...

אין די גרויסע ישיבה איז אים קיין סאך בעסער נישט געווארן, אפילו דער מגי"ש האט אים גערודפט ווייל מ'שטיינס געזאגט ער איז א פארדארבענער אינג. די טיען עידזשערס האבן זיך נישט געוואלט חבר'ן מיט אים ווייל עס וועט זיי שאטן צו שידוכים. אויף אים איז געווען מותר צו זאגן שלעכטע אינפארמעישאן ווייל..... עם...... כ'ווייס אליין נישט אבער מ'מעג...., אין דער ענדע האט ער חתונה געהאט מיט עמיצן פון ווייסעך וואו, און מער האב איך נישט געהערט פון אים.

דעריבער פארשטייט איר טאקע אליין פארוואס איך בין אזוי אויפגעשפרינגען ווען כ'האב געזען אז דער בונם-שמונם איז גאר אן 'אורח הכבוד' היינט צוטאג, נע -האב איך געטראכט- ס'איז זיכער נישט ער, ס'איז מן הסתם א צווייטער.

זונטאג מיטאג האב איך אבער באקומען א פריוואטער טעלעפאון רוף פון הרעבאני הנגיד ר' בונמ'ן אליינס, און ער האט מיר געזאגט קלאר און דייטליך אז יא, ער איז 'אורח הכבוד' ביי יענעם דינער, און ער לאדענט מיך פערזענליך..... שוין נו וואס איז שייך רעדן... העמיר גיין צום דינער...

איך זיץ דארט ביים דינער, יא, דארט אויבן אן זיצט ער דארט דער -שוין היינט צוטאג- 'ערעב בונם זאל זיין געזונט' און שמייכלט. כ'באטראכט אים אזוי, פון ס'ראץ אונטערן נאז איז נישט געבליבן קיין זכר, אויף זיין פלאץ איז דא היינט א שיין געשטיצטן שנויצל, וועלכער ציט זיך שיין אראפ ביז אונטערן פיסקל פארמענדיג א שיין גביר'יש בערדל. דארט וואו עס איז אמאל געווען דער באלי-היט וואס יעדער האט געמעגט צעקראכן איז היינט צוטאג דא א שיינעם גראדן היט מיט געבויגענע זייטן. אויפן פלאץ פון די אמאליגע לויזע הויזן טרעגער איז היינט דא א הערליך געפאסטן טייערן גע'קעסטל'טן רעקל. און אויפן פלאץ פון די פארדזשאוועטע פוירפל העמעד איז היינט דא א שיינעם 'ווייט אן ווייט' גע'סטארטש'טן העמד מיט קאפלינגס ביי די הענטלעך....

געענדיגט מיט דעם לאצי בונם.... היינט איז דא אן 'הארעבאני האנאגיד ערעב בונעם זאל זיין געזונט' וועמען אלע אדמורים רבנים און דרשנים ביים דינער פרובירן איבערשטייגן איינער דעם אנדערן ביי די דרשות מיט שבחים, אז איינער זאגט 'הוידל' זאגט דער צווייטער 'בוידל'. אז איינער זאגט 'הוא גופיה צורבא' זאגט דער אנדערער 'תורה וגדולה במקום אחד'. אז איינער פארטייטשט אויף אים א 'סיפורי צדיקים' פארטייטשט דער צווייטער א מדרש, און דער דריטער א פסוק חומש, און דער פערטער א זוהר..... און בונם??? ער שמייכלט מיט עניוות מעשה נגיד.......

ער אליין האלט אויך א דרשה, ער פארמאגט שוין נישט דעם פארשטאפטן נאז, און אויך נישט דעם אונטערן נאז'ישער קול, ער רעדט פעסט און קאנפידענט, ער זאגט תורות, גמרות, מדרשים, מיינונגען אין חינוך, שלום בית, פארציילט סיפורים און זאגט ווערטלעך. און דער גאנער עולם מיטן אויבן אן בראש שמייכלט ווען ער וויל מ'זאל שמייכלען, שאקלט צו מיט איינשטימונג ווען ער וויל מ'זאל איינשטימען, קרעכצט ווען ער וויל מ'זאל קרעכצן, און דערנאך באווארפט מען אים מיט 'שכח'ס' ווען ער איז פארטיג אויף די העכסטע טענער, און מען שמועסט נאך אפילו איבער די דרשה מיט אים נאכדעם....

יעצט ווער איך געוואויר אז ער איז גאר פון די ראשי הקהילה, פון די הנהלת המוסדות רוחניות און גשמיות, ער נעמט קעיר פון אלע ערליי מצוות און עבירות, ער איז פון די קאמיטעען איבעראל, און ער איז גאר א תלמוד חכם אויך פאר גאד סעיקס....

יא, וויאזוי זאגט שמעלצער:

איעדער שמויגער, פאר זיך טויג ער, ווען עס קומט צו געלט.....
| הקודם »
| הקודם »
| הקודם »
| הקודם »
| הקודם »

נו, זאג עפעס