מסכת יענטאאש

מיינע ארטיקלען, בויך דריקענישן, דרשות און געדאנקען

עס די פאפקארן און גיי!!

ס'איז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו זיין אויף א בר מצוה, און איך האב זיך באגעגנט מיט דעם באקאנטן טראדיציע פון ווייסעך ווי אלט שוין, אז די חברים פונעם בר מצוה בחור קומען זינגען (לייען: קוויטשען) לכבוד דעם קליינעם בן שלשה עשר'ניק, וואס אלץ וואס ער ווייסט און וואס עס אינטערעסירט אים איצט איז זיין נייער תפילין בייטל מיט די קרוינדלעך, דימאנטן, און טויערן.

פארוואס פאר א גוט יאר די קליינע צוועלף-דרייצן יעריגע שטינקערלעך באדארפן קומען מהנה זיין די אנוועזנדע מיט אףף-טאניגע ניגונים און זיי פארלעכערן די אויערן ווייס איך נישט, דאס איז גראדע איינע פון מיינע פילצאליגע קשיות אויף טראדיציאנאלע מנהגים וואס איך פארמאג, אבער איך ווייס אז מיינע געשרייען וועלן נישט מבטל זיין די דאזיגע מנהגים וועלכע זענען שוין איינגעבויערט אזוי אין היימישן לעבנסשטייגער ווי דאס ווארצל העכערן זיידנס אויגן. אבער פארט האבן די אויער-לעכערדיגע זינגערייען און קוויטשערייען מיך באוואויגן צו הייבן דאס פענע און ארפשרייבן מיינע מעמוארן פון די דאזיגע בר מצוה, און אירע באטייליגטע שתי שערות'דיגע זיבעלעך.

איך בין אנגעקומען גאנץ פרי אויף דער בר מצוה, און איך בין זיך פארגאנגען אין א שטיקל שמועס מיט מיין קליינעם שעמעוודיגן שוואגער וואס כמעט וואס ער רעדט צו מיר, קוים וואס ער רעדט בכלל. ווען ער וויל בעטן אן עפל ביי די שוויגער אין שטוב רופט ער ארויס דערפאר ס'ווייב ביז א זייטיגן שטובל. אבער איצט אז מיר האבן זיך געטראפן פנים אל פנים אין א ליידיגן זאל מיט טישן וואס די ערלים האבן שוין אנגעגרייט נאך פון פארמיטאג מיט שוין-איצט פארשטויבטע קענטעלאופס און טשעריס מיט א טוט-פיק דערויף, האבן מיר נישט געהאט קיין ברירה און מיר האבן זיך געמוזט זעצן איינס קעגן ס'אנדערע און איבערגיין די וויכטיגע זאכן העומדים על הפרק ווי דער וועטער, נאכאמאל דער וועטער, און נאכאמאל דער וועטער.

מיר האבן ביידע מסכים געווען אז עס איז שטארק קאלט דערויסן. ווי אויך האבן מיר ביידע מסכים געווען אז נעכטן איז אויך געווען קאלט אבער פארט ווארימער ווי היינט. מיר האבן אויך ביידע אנערקענט אז טראץ וואס די פארגאנגענע וואך האבן שוין די וועטער עקספערטן פארגעזאגט א פראסט, דאך האבן מיר נישט געהאלטן אז עס וועט זיין 'אזוי' קאלט, און אויך האבן מיר ביידע בענעזאם געהאפט אז קומענדיגע וואך וועט שוין נישט זיין אזוי קאלט. דערנאך זענען מיר ביידע געזעצן און געגלאצט אויפן טיש דערביי שפילנדיג זיך מיטן גאפל און פארמענדיג פארשידנס מיט די קליינע אפוויש טישטיכלעך.

מיר האבן שוין אט געהאלטן ביים ווידערהאולן אז די קעלט אינדערויסן איז געפערליך, אבער מיטאמאל האבן זיך די טירן צעעפנט און ווי די פרעש אין מצרים האבן זי א יאווע אריין געגעבן א צוויי צענדליג זיבעלעך טייל מיט הוטן, טייל נאך מיט די ברוינע קאפלען, אבער אלע מיט מאראסטיגע שיכן. אלע לויפן זיי אריין מיט א ווילד-לאכיגע שטימונג וואס ווייזט אויף א נארוואס אפגעהאלטענע פייט אויפן באס איבער די ערשטע זיץ. און נאך איידער די זיצערס זענען געהעריג פלאצירט אויף די בענקלען איז שוין נישט פארבליבן קיין זכר פון די טעפלען פאפקארן, פאטעיטא שטיפס, און פרעצל. פארבליבן איז נאר ליידיגע נעבאכדיגע באטלען פון אויסגעניצטע קאלער סאדע, אויליגע שיסלען פון טשיפס, א טוץ צעקראכטע פלעסטיק קאפס, און רעשטלעך צוטראטענע עסנווארג ביי די זייטן פון טיש און אונטער די בענקלעך.

דער טיש זעלבסט קוקט אויס פארארימט און צעווארפן ווי לואיזיזאנא נאכן חורבן קאטרינא. עס זעען זיך בלויז אן צוויי פארשעמטע באטלען סעלצער וועלכע שטארצן ארויס ווי די טווין טאוערס איבער מאנהעטן בעפאר די פאנאטע אראבישע טיכלעך האבן איר געמאכט פאר א קרבן זייער צודרייטע רעליגיע.

איך גיב אזוי א קוק אויף די קליינע בחור'לעך וואס די אויבער חא'חכמ'ישקייט רינט זיי פון די זייטן, און איך דערמאן זיך פון יענע צייטן. ס'איז אינטערעסאנט נאר צו זען ווי גארנישט טוישט זיך כמעט, אבי מען זאגט אז די דורות בייטן זיך.

אלע קוקן זיי אויס ווי מען האט אויסגעזען ביי אונזערע צייטן. די באלי'דיגע פארקנייטשטע הוטן ביז איבער די נעזער, די פיאות צעשויבערט באדעקנדיג די רויטע באקן און אויערן, אויך באצירנדיג די קליינע פנימ'ער איז א שיפע אפגעריבענע 'גלעזער' מערסטנסטייל מיט א צעבראכענע הענטל צוגעקלעבט מיט 'סקאטש טעיפ', און א געל-צייניגער שמייכל וואס שטאמט פון זיבלעריי אויפן העכסטן פארנעם.

הכל בכל מכל זעט זיך אן ארום דרייצן יעריגער בר מצוה בחור וועמען ס'קול קוויטשט אים נאך, דאס שכל איז אים נאך אונטער די דרייצן. אבער האלטן האלט ער זיך גרעסער פון עוג מלך הבשן, און קלוגער פון שלמה המלך. אזוי ארום פארמענדיג א זיבעלע פון די ערשטע קלאס וואס נערווירט אלעמען. די פעטערס און שוואגערס ווען ער זעצט צו זיך ביי די שמחות אויף זייער טיש קוקנדיג מיט זיין קליין קעפל און שיפן היט אויף ארויף רעדנדיג ווען מען ברויך צו שווייגן און לאכנדיג הויך ווען מען ברויך צו שמייכלען שטיל. אזוי אויך אין שול, דערגייט ער די נערוון יעדן מתפלל חוץ דעם גליקליכן פאטער. סיי ווען ער כאפט דאס ברעטל צו מנחה בעפאר א חיוב, און סיי ווען ער לויפט און שטיפט זיך אדורך יעדן שטויסנדיג דערביי די פיסן ווען ער וויל אנקומען צום קאווע שטיבל שנעלער. אין די מקוה לאזט ער אויך נישט במנוחה, אינעם שויער קראצט ער זיך ווי א גדול, אויפפירן פירט ער זיך ווי א קטן, אבער דער עיקר איז אז ער פארמאגט א ריזן פעקל מיט זייף, שעמפאו, און למען השם 'דעאודערנט' ווי א גאנצער מפונק, אמער, ער איז דאך א 'בחור'.

עניוועי, צוריק צום בר מצוה, האבן די חברה שוין איינגעהאנדלט עפעס א מיקראפאן און הויכהילכער, וועלכער איז נאר פארהאנען אין זאל צוליב דעם וואס עס ווערט באניצט אלס אן 'עס זאל' במשכ'ן טאג. אבער די קליינע ווילן נישט וויסן פון גארנישט, מ'מוז דאך הערן זייער נגינה הויך, צו וואס זאל דער פעטער ביים אנדערן עק זאל פארבלייבן מיט די אויערן, ער מוז דאך הערן די הארציגע נגינה, ווער רעדט נאך פונעם 'סאלאו'.

מען הייבט אן מיט 'סימן טוב', אריין קיין 'ואמר' ביז 'וידעו' און אזוי ווייטער, און דערנאך נאך א לאנגע דעבאטע פון די אנפירערס אויב עס וועט געלונגען, גייט מען אריבער צו א הארציגן 'רחם', אפזינגענדיג עס שנעלער ווי דער צודרייטער 'מתתיהו' זינגט זיין 'קינג וויטאוט היס קראון', בעת איינער מאכט נאך "פינקי" דער צווייטער "שמעלצער'ן" דער דריטער "קארליבאכ'ן" דער פערטער "בן דוד", און די באטייליגטע ביי די שמחה פרובירן אנצוהאלטן זייער שמועס אריבער די פארטייבנדע קולות און צעפיפענע אויערן.

זייער פיין און וואויל אז זיי קומען זיך באטייליגן ביי די שמחה פונעם חבר אויף וועם זיי האבן נאך יענם אינדערפרי אויסגעגאסן וועיטשטעיבל סעלעד ביי פרישטאג 'פאר א דזשאוק', אבער צו וואס דאס קוויטש-זינגעריי??. חברים פונעם חתן קומען אויך צו די חתונה און זיי זינגען נישט, איך גיי טעגליך צו וואכנאכטס און איך זינג נישט, אפשר ביי קידושים און זכרים זאלן אויך די חברים באדארפן זינגען?!!!

ווילסט קומען קום, אבער זינג נישט און קוויטש נישט 'עס די פאפקארן און גיי!!!!!!'
| הקודם »
| הקודם »
| הקודם »
| הקודם »
| הקודם »
| הקודם »

2:12 PM
Anonymous Anonymous:

I dont know if it's too late to comment, but I just read it and I thougt, that my comment can't hurt.
Why are you so against the Tzoin Kudoshim? and what is your problem with evreyone's Yellow teeth? Can I see your teeth, it sounds like you have a big major problem with that, how good are you that your just busy criticizing others?    


1:17 PM
Blogger Yentash:

anonymus tipush;

i have no problem with the tsoin kudoshim. nor do i have with yellow teeth, and i'll even tell you a secret: mine are brown...

i'm not criticizing anybody, i'm just humor'izing around with these stuff which are funny to most people who have just a little sence of humor, unlike you...

sorry for my burstout.    


נו, זאג עפעס