מסכת יענטאאש

מיינע ארטיקלען, בויך דריקענישן, דרשות און געדאנקען

הושענא!.....

א קינד'ישער פרייליך שמייכל ליגט אים אויסגעשפרייט אויף זיין געזיכט, די אויגן טאנצן זיך גליקליך אונטער אין די לעכער שפרייזנדיג פון רעכטס צו לינקס, ווארפנדיג שטארלנדע בליקן אויף אלע ריכטונגען מיט די השערה אז אלע קוקן אויף אים און האלטן מיט זיין שמחה.

א קלייניגקייט? ער האט שוין א לולב! אן אייגענע! ער ברויך נישט נוצן דעם טאטן'ס, אדער בארגן פונעם שוואגער, אדער שנארן פונעם שכן'ס זון אין די ביהמ"ד סוכה, נאמאר! ער האט אן אייגענע סעט. שוין אזא שמחה נישט געהאט זינט ער האט געקוקט מיט די אויגן פארבויגן אויף ארויף באטראכטנדיג מיט שמחה דעם נייעם שטריימל פרייטאג צונאכטס פון שבת באווארפן.

די פיאה'קעלעך נאס און פליענדיג נאך פון די מקוה, אנדערש ווי יעדן שבת ווען ער שפענדעט דערויף א קנאפע האלבע שעה איר צו קראזלעווען און שיין מאכן איר פאר דאס נייע ווייבעלע. אפילו דאס שטריימל וואס ליגט געווענליך פונקט אינדערמיט פונעם שפיץ קעפל ווי מיט א מעסטער אויסגעמאסטן, איז עטוואס שיפלעך.

אין די רעכטע האנט דעם נייעם גראבן פלאסטישן לולב האלטער, און אין די לינקע האנט דעם קיינמאל גענוצטן זילבערנעם אתרוג פושקע, וועלכער מען האט באקומען אלס מתנה נאך פאראיאר אלס חתן. אךך... ווי גליקליך און געפיליש מען האט דאן געשפירט ליינענדיג דאס קארטעלע, וועלכע איז געלעגן אויפן באקסל אונטערן גאלדענעם ציענדיגן בענדל.

אפגעזען פונעם פאקט אז מען האט זי נאך קיינמאל גענוצט, איז די פרישע עקרת הבית נאך אלץ געשטאנען נאכט צו ערב יום טוב און גערייניגט דאס פושקעלע מיט די ווייסע פוץ-שמירעכץ, און פארווישט איר מיט די דיקע האנטשקע, אוי ווי עס גלאנצט איצט צום שיין פון די פרי מארגנ'דיגע זון.

אמת ס'איז עטוואס שווערליך און אומבאלומפערט צו האלטן דעם שווערן לעדערנעם מחזור המפורש מיטן אויסגעקריצטן נאמען און רויטע ריבן- בענדעלע אינדערמיט אונטערן ארעם, אין די זעלבע צייט וואס מען ברויך האלטן דאס אתרוג פושקעלע און די באסאווע לולב האלטער, אבער עס לוינט פארט.

שפאצירט ער אזוי שטייטליך מיט קענטיגע הנאה, און אז עס קומט אים פונדערווייטנס אנטקעגן עפעס א אמפארהייראטער ישיבה חבר קען זיך דער שמייכל מער נישט באהערשן טראץ וואס מען פרובירט איר איינצוהאלטן אריינציענדיג די ליפן און פיסקל און אנהאלטן איר מיט די ציין, און שפאנט ארויס במלוא הדרו אונטער די שני שערות'דיגע שנויצן מיט די פולע פראכט. אז מען טרעפט א קאלעגע כולל יונגערמאן איז אויך ניש-קשה, אבער פארט נישט די זעלביגע הנאה ווי ווען מען טרעפט אן את מי שאין לו.

שטייטליך וויקעלט מען אויף די ווייכע טאועל פאפיר פון איבערן אתרוג. די זעלביגע מין פאפיר האט נאך די מוטער גענוצט אפצווישן די פארשמירטע פנים פון קאקש קעיק נישט לאנג צוריק, אבער איצט שפירט דער פאפיר עפעס ווייכער און פיל מער ווערטפול.

דאן עפנט מען דאס פלאסטישע לולב האלטער, און מען ציט צעשטייטלעך ארויס דעם כפות תמרים ציטערנדיג פארצווייפלט איטליכער מאל דער שפיץ כאפט א קליינטשיג שנעלקע פון די זייטן.

דעם אתרוג אויף אראפ, און מען הויבט אן מיט התעוררות דעם יהי רצון, אן זיך צו קענען איינהאלטן פון ארויסקוקן אלע וויילע אויף די ארומיגע וועלכע זענען אבער אלע פארנומען מיט די אייגענע פרי עץ הדר'ס.

מיט פארקנייטשטע אויגן ווייל אפשר קוקט דער שווער אדער דעם שווער'ס שכן, וויגלט ער דעם לולב צו אלע זייטן מיטבייגנדיג זיך מיטן לולב. שאקלט אויף ארויף מיטטאנצנדיג ווי ביי כשם שאני רוקד, און זיך מיטבייגנדיג ווען ער שאקלט אויף אראפ ווי דער לאנג-בארד'יגער פרומער שכן ביים דאווענען ביקט זיך צו מודים.

מיט א צופרידענעם שמייכל און גלאנציגע פנים פאקט ער פארזיכטיג צוריק איין די כלי קודש, און מען שפאנט אין שול אריין.

איבער א פערטל שטונדע זוכט מען דעם פאסיגן ארט פארן לולב, אויפן טיש האט ער מורא וועט דער שכן ארויפלייגן דעם סידור. אויפן הענגער שרעקט ער זיך וועלן נאך די קינדער שפילן באהאלטן דערונטער. אין דער ענדע לייגט ער אים ארויף הויך העכערן שאנק פון די גמרות זיכער מאכנדיג נאכער צו דאס שענקל שאלקט זיך נישט.

דאס פושקעלע פארשטייט זיך גייט מיט אים מיט צום דאווענען, און דער אנהויב טראכט ער פון אנלענען דעם מחזור דערויף, אבער ער ציט גלייך צוריק, מען ברויך דאך יעדער זען דאס שיין פושקעלע מיט די אינגרעווירטע נאמען דערויף.

ביים דאווענען ערלויבט זיך שוין דער אברך זיך א קראזל טאן דער פיאות, שטייט ער אזוי מיטן טלית איבערן קעפל ווען דער צייג-פינגער איז ארומגערדרייט מיטן פיאה'קעלע, און פרובירט זיך צוזאמציען דער שטערן דא דארט אויסשרייענדיג אן אויסלאז פון א קאפיטל, אז אין פאל דער שווער קוקט מזמן לזמן פונדערווייטנס זאל ער א קוועל טאן פונעם תכשיט'ל זיינער און נישט חלילה אריינקריגן א מחשבה זרה צו לייגן א סוף צו די קעסט.

ביני לביני אינדערצווישן די קאפיטלען קען מען דאך א חלום טאן אויכעט, א שאד נישט צו איסניצן די צייט. האט מען צייט אביסל איבערצוטראכטן דעם מצב.

אוי, 'דור לדור ישבח מעשיך'!...... נאך א מזל כ'האב אריינגעלייגט די עירקאנדישאן אין די סוכה, אזוי איז פיין קיל..... נאך גוט אז חיים אשר האט מיך געהאלפן עס צו מאכן נארמאל..... כ'וואלט געקענט אן אים אויך אבער ער איז געווען א העלפ.... עה כ'ווייס נישט אויב איך וואלט עס אזוי פונקטליך געלייגט..... זי האט הנאה געהאט דערפון דאס איז דער עיקר.... כ'האב געקריגן רעספעקט...... איי וואס איז די גדולה פון אריינלייגן אן עירקאנדישאן?...... א קשיא אויף די נשים..... אוי 'ודברי-איי-איי נפלאותיך אשיחה' (מיט א חסידישן קרעכץ)......

'זכר רב טובך יביעו'...... וואס איז טאקע דער חילוק פון 'זֵכר' און 'זֶכר'?..... אויך מיר אן עסק.... ער..... מרדכי הערש ווייסט זיכער..... ער האט טאקע אויך געמאכט א סוכה.... איין מינוט וויפיל חברה האבן געמאכט סוכות בכלל?...... ברוך יוסף, מאיר, חנני' דוד, ברילל, זעליג, חיים מרדכי, חחחחחחח, שמעון בערגער זאגט דאך אז חיים מרדכי'ס סוכה קוקט אויס ווי א נאסע אייער באקס........ חחחחחח..... הָו! מ'האלט שוין ביי נשמת!..... לעטס הארי אפ.....

ביי ממקומך פון נקדישך חזן'עצט ער נישט אזוי ווי סתם א שבת ווען ער לאזט דעם שכן הערן זיין זיס קעלעכל, נישט אז ער איז שטיל, אבער ער שפארט די שטים בענדער אויף הלל, אה, הלל, גאנץ הלל, אוי וועט ער זיך פארמאסקעווען מיט די אומשולדיגע הלל פסוקים.

אט אט, מען ענדיגט שוין די הויכע שמונה עשרה, די יוצר איז אים א ווייטאג אין גענאק, שגיא, אנובב, וחן, וואס די העק זענען די ווערטער? ווער רעדט אפילו די שפראך? נאך גוט אז דער שווער פארהערט נישט די יוצרות... ענדליך איז מען פארטיג.

די שמייכעלע פון אינדערפרי הייבט ווידער אן ווייזן איר פראכט אויף זיינע לעפצן, מ'גייט נעמען דעם לולב. די שאלה איז נאר איצטערט צו זאל ער לאזן דעם אתרוג פושקע דא אן א שומר בשעת ער גייט נעמען דעם לולב פון באהעלטעניש, אדער זאל ער דאס מיטנעמען. למעשה בעט ער דעם שכנ'ס קרוב לבר מצוה'ניק ער זאל אים דאס אבאכט געבן, גיבנדיג דערביי א ליבליכער 'טאטש עס נישט' ווארענונג צו אנדערן אכט יעריגן מיט די פאטעטיא טשיפ בעג אין די הענט.

דער הלל איז ברוך השם אריבער מיט א פראכט, כאטש דער בעל תפילה האט אפטמאל צו פרי פארענדיגט צווינגענדיג אונזער אברך צו נידערן דאס קול נאך בעפארן פולן ענדע קאפיטל.

איצטערט גייט מען הושענא'צן.....

א זארג-ווערימל ערוועקט זיך דעם אברך אין מח.... וויאזוי טוט מען דאס? אקעי, די לולב ואתרוג וועט גיין בלית ברירה אין איין הענט, כאטש דאס איז נישט די ערשטע אפציע, דער לולב וועט נאך ווערן אתרוג'דיג און דער אתרוג לולב'דיג. יעצט וואס טוט מען מיט דיקן מחזור?.... אין די לינקע האנט? צו שווער.... אפשר דאך?.... נע..... ארבעט זיך נישט אויס...

אקעי, יו נאו וואַט, ער וועט אנלעהנען דעם מחזור אויף די מיטעלסטע חלק פון די צוויי הענט וועלכע ער וועט מאכן שיף ווי א שטענדער, און הו הא! אזוי וועט ער נאך קענען האלטן די לולב אין די רעכטע האנט און דעם אתרוג אין די לינקע!!...

א נצחון שמייכעלע באווייזט זיך אונטער די דינע שנויצלעך, זי איז דאך טאקע גערעכט אז איך בין סמארט..... אבער ורוח הקודש אומרת: שמייכל נאר שמייכל מיין ליבער זיבעלע, קלוגערע פון דיר האבן זיך שוין אפגעבריט....

הושענא, למענך אלוקינו, הושענא! שרייט ער אויס נאכן בעל תפילה מיטן פולן ווארימקייט און התלהבות.... בוראינו, גואלינו, דורשינו, און געגאנגען!... ארום די בימה.

'אמיתך' איז דורך גוט, 'בריתך' איז נאך אויך דורך פיין, 'גדלך ותפארתך' איז אויך נאכנישט געווען געפערליך, אבער ווען ס'איז געקומען צו 'דתך' האבן זיך די צרות אנגעהויבן....

קודם האט ער געמיינט אז עס דאכט זיך אים נאר, אבער ביי 'ועודך' האט ער אנגעהויבן שפירן אז ס'איז באמת צרות, דער טלית שלעפט אויף צוריק.... ער פרובירט א שקאל טאן מיט די אקסלען אבער עס מאכט נאר ערגער, מיטן קאפ נאך ערגער. קודם זינגט ער שוין נישט אזוי הויך די הושענות... ס'גוט ווי וויניגער צו ציען אויפמערקזאמקייט יעצט...

ביי 'נצחך' און ביי 'סודך' האט זיך אים געדאכט אז עס ווערט בעסער, אבער ווען ס'איז געקומען צו 'פארך' האט די בושה אויסגעפלאצט עד לב השמים! דער שיינער טלית, דער טלית וועלכע ער האלט אזוי זויבער און מאכט זיכער אז די ציצית שלעפט זיך נישט אויף דער ערד, דער טלית וועלכע ער לייגט צוזאם יעדן מוצאי שבת פונקטליך מיט די קנייטשן, האט זיך אראפגעלאזט פון אונטערוויילעכץ מיטן גאנצן טראסק, נאך מיטשלעפנדיג מיט זיך אויך דעם קאפל.....

אוי!.... פארגעס פונעם אתרוג! פארגעס פונעם לולב! פארגעס פונעם מחזור המפורש! פארגעס פון די פיאה'קעלעך! אבער הייליגער באשעפער! טאטע זיסע! הושענא! טלית נופלת! הושענאאאאאאאאאאאאאא!!!!.....









| הקודם »
| הקודם »
| הקודם »
| הקודם »
| הקודם »
| הקודם »
| הקודם »
| הקודם »
| הקודם »

נו, זאג עפעס