מסכת יענטאאש

מיינע ארטיקלען, בויך דריקענישן, דרשות און געדאנקען

האב חתונה, אבער לאמיך אפ!

ויהי בישורין מלך בהתאסף ראשי עעעעעעעם......!!!..... רופט דער שמש אויס האלב זינגענדיג האלב שרייענדיג, האלטענדיג די געלע ענוועלאופ פון די כתובה אין איין האנט און די וויין מיטן גלעזל אין די צווייטע....... יחד יחד שבטי ישראאאאל...... וייהיבישירי.....

אה, פיינעלי, פיינעלי האלט מען שוין דא בשעה טובה, ענדליך.

לאנג לאנג לאנג צוריק בין איך שוין דא געווען, ווען אינדערויסן איז נאך געווען ציכטיג לעכטיג. ווען מען האט נאך געהערט די בינען דזשומען, און נאך געזען מיט די אויגן די גרופעס פיצינקע נערווירנדע פליגן וועלכע קאדאטשקע'ווען פארנט פונעם פנים, און ווערן נאר לעבעדיגער ווען מען פרובירט זיי אוועקשיקן פאכענדיג מיט די האנט.

ווען איך בין אנגעקומען צו די הערליכקייט פון א חתונה האבן נאך די שכינות'דיגע אינגלעך געשפיעלט 'קווארי טו' ארום דעם זאל און געקוקט מיט פארגלאצטע אויגן און קנאה'דיגע בליקן אויף מיר, וועמען עס איז אויסגעפאלן דער גליקליכער גורל צו האבן היינט א 'חתונה'. און קענען אויפשטיין דעם נעקסטן טאג מיט פארטייבטע אויערן פון די נעכטיגע מוזיק, און שלשול פון די גע'קעיטערטע עסן.

פארוואס האב איך געמוזט למען הפאפלאנאש קומען אזוי פרי צו די חתונה? וואס העט ווען שלעכט געווען אז איך קום ווען אן צו די 'טשיקן ארר ביעף'? א קשיא אויף א שוויגער, און דו פרעגסט נאך......

שוין גלייך ווען דער שידוך האט זיך געהאלטן ביים שליסן, נאך בעפאר'ן לחיים, ווען חתן כלה זענען נאך געזעצן אין ספרים שטוב פונעם זיידן זכרונו לברכה קנייטשנדיג דעם טישטוך און גלעטנדיג דעם סאדא באטעל, מיט שעמעוודיגע זיבל-שמייכלעך אויף די אויסגעצויגענע לעפצן זוכנדיג וואס צו רעדן. האט שוין די שוויגער אנאנסירט אז אויף 'דעי חתונה' ברויך מען זיין פון אנהייב ביז צום סוף, 'נאו מאנקי ביזנעס' האט זי אויסגערופן מיטן עקשן דימפל אויף די שוין האלב צעקנייטשטע באקן. אמער, זי דו מומע האט דאך נישט געהאט קיין קינדער ביז זיבן און א האלב יאר נאך די חתונה..... איי נאכער האט זי געהאט אכט אין א רייע ניטאמאל א יאר אפגערוקט איינס פון ס'אנדערע, און יעצט האלט מען שוין ביי ס'פיפטע קינד??...... נו, האסט א פוינט, גיי טענה דיך מיט די שוויגער......

ווען דער גליקליכער טאג איז נענטער געקומען האט אנגעהויבן קומען קודם וועכנטליכע דערמאנונגען אזויווי 'נו ווער וועט בעביסיטן? קענסט נישט שיקן צו די מאמע מען דארף דאך איינעם פאר א גאנצע נאכט' פלעגט זי אויסרופן ביים פרעגלען די פאשיט אריינווישנדיג די אויל אין די געל און הויל-בלויע אפגעריבענע פאנגאלוי.

און אז עס איז געווארן נאך נענטער איז עס שוין געווען טעגליך און מער צום פינטל. 'רו זיך פיין אויס מיילעך! ווייל קומענדיגע דינסטאג איז מען אויף 'תיקון ליל שישי'..... (א טעות וואס זי מאכט שוין דערזייט איך האב חתונה געהאט און ס'קאסט נאך א שיס אויס פאר געלעכטער אין טוילעט עד היום הזה).

נו אז זי זאגט און בורקעט איז דאך נישט שייך רעדן. קענען מיר טאקע אלע שוואגער בענעזאם איר צוזאמשעלטן פרובירנדיג איינער דעם צווייטן איבערשטייגן מיט ארגערע לשונות און וויצן אויף איר חשבון..... אבער מ'גייט...... טראסט מי, ס'איז נישט דא קיין אנדערע ברירה....

אויף שבת באווארפן איז זי אפגעפארן צו די שמחה. אבער זי האט נאך עספיעט קאלן יעדן פונעם שווער'ס סעלפאון אויפן וועג אז זי האט שוין באשטעלט דעם גראבן שטינקיגער 'מאטל', מיטן אכט און אכציג'ער פופטין פעסענגער ווען, אונז אלע צו טראגן אויף די חתונה..... פאר אלע רוחות וועלן מיר שוין הערן ווידעראמאל דוד ווערדיגער'ס טעיפ, אויב דער גערידער פונעם אלטן ווען וועט אים נישט איבערשטייגן...

אויפגעשאקלט און צעווארפן, קומט מען אן צום זאל אין א גוטע מינוט, ווען די גערעגטע בליק פונעם באסס ווען כ'האב אים געזאגט אז 'איך גיי אהיים פריערט צוליב א חתונה' שטייט מיר נאך פאר די אויגן. כ'האב זיך אסאך גע'ישוב'ט איבער וויאזוי ער וועט רעאגירן און וואס איך זאל טון, אבער די שוויגער'ס ברוגז בליקן האט איבערגעוואויגן. סוף כל סוף וואס א פערד דער באסס איז נאר האט ער דאך אויך געהאט א שוויגער וועט ער מיך פארשטיין. אבער זי.......

נו, האב איך נאכאמאל געהאט די זכיה צו זיין אין חתונה זאל פריער ווי מען האט אפילו רעכט צוגעגרייט צום קבלת פנים טיש. האב איך זוכה געווען צו זען פון דער נאנט ווי דער פוילישער וועיטער וועלכער פלעגט אמאל קלינען די טוילעטס אין מיין שול גרייט אן די קענטעלאופס מיט די בלויזע האנט און לעקט זיך אפ די פינגער עוורי נאאו ענד דען....

די קלינגעדיגע קנאקן אויף די גלאנציגע פאדאלאגע פון די קליינטשיקע אינגעלעך וועלכע לויפן ארום מיט די שיינענדיגע שיך און קריספי באבי-פין פיאה'קעלעך, שפילנדיג קעטש בענעזאם מיט די מיידעלעך אנגעטאן אין די אויפגעבלאזענע 'פערי קאוטס', און די קוירלי לאנגע לאקן מיטן בלומענקראנץ האר-צוזאמהאלטער אויפן קאפ.

האב איך שוין אויך געהאט די געלעגנהייט צו אנפילן דעם ליידיגן מאגן מיט שטרויענע קוכן פונעם דערבייאיגן בעקעריי און ווארימע ברוינפן. בעת די ברידער פרובירן אנווארימען דעם חתן מיט עפעס א געזינגעכץ צוזאמשטעל פון אהבה-רבה ניגונים און טרויער מעלאדיעס פון 'קארליבאך' און 'ליבאוויטש'.

דער קוים שמונה עשרה לחופה'דיגער חתן זיצט אויפן אויבן אינטערגעווארפן אונטערן ברייטן באוואקסענעם שטריימל מיט די רויט פייערדיגע אויערן, און קרייזלט זיך די פיאות נאכאנאנד - א נס אז זי איז אים נישט געבליבן אין די האנט. מזמן לזמן פרובירט ער אויך צונויפ-פרעסן די שתי שערות'לעך אויף די רויטע באקן.

ביני לביני פרובירט ער אריינכאפן עטליכענע קאפיטלעך תהילים, און א תחינה'לע דא דארט פונעם 'יום החופה לחתן' ספר'ל. בליקנדיג אלע וויילע ארויס מיט די פארטרערטע אויגן אויפן זאל צו שפירן דעם מצב ווען מען גייט שוין חופה שטעלן.

אז מען גיט אים די האנט 'לחיים', וואונטשט ער צוריק א גע'מורמלעכץ פון 'ברוכים תהי' מיט 'מערצעשעם ביי אייך', ארויסקוועטשנדיג עפעס א שטיקל שמייכל פון אונטער די רויטע פארינ-ראצטע נאז.

זי שיקט מיר אריין א טעללער מיט קרעים קעיק און פענסי דזשעם קוקי'ס פון די פרויען מיט אברה'מעלע. ווי אויפן הייסן טשולענט ביי א קידוש גיבן זיך אלע א געלאז אויפן טעללער אויסקוקנדיג ווי די קינדער אין חדר אויף יענעמ'ס בר מצוה קוכן. דער עלצטער שוואגער וועמענס שטריימל איז שוין דין און העל-ברוין קאלירט, רופט אויס צו מיין קליינעם 'וואו איז מיינס?' לאכנדיג דערביי אויפן חשבון פון זיין אייגענעם וויץ. נאכער בשעת ער האקט אריין כמעט אלע סענדוויטש קוקיס, איז ער מסביר פארוואס 'הי וואד נעווער איעט עני קעיק בעפאר סאפער'.

א חבר פונעם חתן מיט פריש געמאכטע פיאות און א דינטשיק קול'עכל זינגט דברי כבושין אין גראמען, ליינענדיג פון קלייע מעמאו פעד צעטעלעך. דער חתן מיטן פאטער זיינעם ווישן זיך די טרערן, און דער גראמער שטיקט זיך ביים קול ווען ער דערמאנט אז מען זאל אויסבעטן שידוכים פאר די פארבליבענע חברים אין די ישיבה. די קליינווארג ווייסן נישט וואס ער זאגט דארט אבער שטייען רינגס און ארום מיט אפענע מיילער אריינגלאצדיג דעם בדחן אין די נאז אריין. אפילו די מיידלעך נאך פארשוויצט פון ארומלויפן ווערן ערנסט.

דער רב פונעם טשארדכאקאוועיטשקער שול ווי דער אבי הכלה דאוונט פרייטאג צונאכטס וועט זיין דער מסדר קידושין, אבער ווי עס שיינט האלט ער נאך אינמיטן דעם שינת צהרים. זעט אויס אז ער פאנטשט קארד הערשט אום אכט דרייסיג פי-עם, דעמאלט הייבן זיך אן זיינע ארבייטס שטונדן. מ'ליינט א כתובה'לע דא דארט, האפקעט ביי א שמחה צוויי, עסט אווערנייט קוגל אין א גלעזערנעם טעללער ביי א וואכנאכט, וואונטשט לחיים אויף א בר מצוה, און ס'איז דא אויף שבת צו מאכן. אויף אלע אידן געוואונטשן אזא פרנסה קלה ונקיה.

דער פעטער מיט די לאנגע בארד ארגאניזירט א מנין מנחה, און חזנ'עצט ביי הויכע שמונה עשרה ווי פרייטאג ביינאכט. בשעת'ן עטפערן ברוך הוא וברוך שמו -אמן שאקלט מען די האנט פאר די אריינקומענדע פעטערס און קאזינס, בלינקענדיג מיט די אויגן און שאקלענדיג מיטן קאפ. אזוי ארום פארשפארט מען זיך די וואס טוצעך'ס? ברוך השם'ס, ביי דיר'ס? פרעגערייען.

ער האט זיך שוין ענדליך אנגעריקט דער מסדר קידושין. פריש און מונטער מיט די נאסע לאקן ביי די זייטן און געקאמטע בארד שמייכלט ער און וואונטשט אלע זיידעס שאקלענדיג שטארק די הענט. די רייכע פעטער'ס כאפט ער אן מיט ביידע הענט ביים לחיים וואונטשן מיט א ליבשאפט, פארברייטנדיג דעם שמייכל ביז איבער די אויערן. יו געט וואט יו פעי פאר.

מען קלייבט די עדות, מ'הייבט די גארטלעך, מ'חתמ'עט די נעמען. דאס ערנסקייט וואקסט, די זיידעס ווישן טרערן, די מחותנים וואונטשן זיך לחיים מיט פארטרערטע נעזער, דער שמש זאגט דעם חתן 'מיטן רעכטן פיס', און ויהי בישורין מלך בהסאסף ראשי עעעעעעעם...... מ'גייט באדעקן...

אינעווייניג ביי די עזרת נשים זענען שוין די חבר'טעס מיט די קוזינען אוסגעשורה'ט אין צוויי רייען מיט א דורכגאנג אינמיטן פאר די מענער. עפעס א באזונדערע הנאה האבן זיי צו זען דעם חתן מיט די רויטע נאז און ארפגעבויגענעם קאפ. די עלטערע שוועסטער מיט די מומעס און באבע'ס שטייען אויפן פלאטפארמע מיט ערנסטע פנימ'ער און טישוס און די הענט.

מ'באדעקט. דער זיידע בענטשט די כלה, די באבע וויינט פארבויגן. דער טאטע בענטשט די כלה, די מחותנת'טע מיט אלע טעכטער יאמערן. די גראבע מומע ווארפט די פאפירלעך אז מיר אלע ווערן באגאסן. און מען גייט חופה שטעלן....

הערשט יעצט כאפ איך פארוואס דער עלטסטער ברודער פונעם חתן האט נישט ארויסגערעדט א ווארט במשך דאס גאנצער קבלת פנים און געזעצן פארוויקלט אין א שאל. איצט זע איך שטייט ער שוין לעבן חופה מיטן מייק אין די האנט און שטראלט. ווייזט אויס אז ער וועט אנפירן די נגינה ביים חופה.

די קליינע כאפן פלעצער אונטער דאס גאנצע חופה קוים איבערלאזנדיג פלאץ פאר חתן כלה. די פרויען קענען קוים ווארטן אויפן אנהויב פון די חופה, דאמאלטס קען מען שוין אפיציעל ווישן די נעזער. דער רב דער מסדר קידושין איז פארטיפט אין א 'שיחת חולין של תלמידי חכמים בדברים העומדים על הפרק' מיטן אנדערן רב וואס וועט ליינען די כתובה. די צוויי גלייכן זיך נישט זייער, אבער דעם וועם זיי בארעדן איצט האבן זיי ביידע אייניג פיינט....

מען האט שוין פארענדיגט פארשמירן דעם חתן מיט אש, און אים אריינרוימען אין אויער וואס אלס אינזין צו האבן. באקליידעט אינעם קיטל מיט די אפענע שיכן בענדלען קומט מען ארויס צו די חופה ווען דער ברידער גארגלט זיך 'מי אדיר על הכל וגו', און דאן דעם אהבה רבה ניגון. די מחותנים וויינען, די פרויען זיפצן, טייל מענער זינגען מיט בעת די אנדערע שמועסן פון ריעל עסטעיט און פאליטיק. און ביז וואס ביז ווען און די כלה איז דא.

מען מאכט שטיל, דער שמש פירט ארויס דעם געבויגענעם פארלוירענעם חתן חתן אנטקעגן די כלה עטליכע טריט. דער ברידער גארגלט איצט מיט א ברען 'מי בן שיח שושן חוחים וגו'. די כלה שאקלט זיך מיט געוויין, די מחתנת'טעס ווייסן נישט וואוהין זיי גייען. איינע פון די זונ'ען נעמט שנעל אוועק די הבדלות זיי זאלן נישט פארברענען דעם שטריימל און די שייטלען. און פון דער ווינקל פונעם אויג זע איך שוין ווי דער מסדר קידושין היסט זיך אויס דאס גארגל און מאכט זיך גרייט אויפן כיבוד. דער שמש איז מסדר חתן כלה איינס נעבן ס'אנדערע, און רופט אויס מיט א געשריי:

'טשארדכאקאוועיטשקער רב שליט"א, איז מכובד מיט סידור קידושין'!!....

א גלעט די בארד, א גלייז די אויגן, און מיט שנעלע טריט איז ער דארט. ער זינגט אפ די ברכה מיטן לאנגזאמסטן נוסח וואס איז נאר פארהאנדן. דער חתן טרינקט פונעם כוס, דער אבי הכלה שטיפט אונטער דאס כוס אונטערן שלייערל, און דער רב מורמעלט דעם חתן וואס ער ברויך אינזין האבן ביים מקדש זיין. מען איז קונה דאס רינגל, די עדים זענען מסכים אז ס'איז ווערד א שוה פרוטה, עס הערט זיך דער שטילער פארוויינטער גע'מורמל'עכץ פון הרי את מקודשת לי וכו'..... און מזל טוב מקודשת!

דער רב השני ליינט אפ די כתובה שטייטער ווי ער האט געזאגט די אלף בית ביים אפשערן זיינעם. און א רייע זיידעס און פעטערס, מיט בערד און אנע בערד, מיט הוטן און מיט שטריימלעך, מיט חסיד'ישע אקצענטן און מיט ליטווישע, זאגן אפ די זיבן ברכות. וואלט איך ווען געווען פארמישט אין די פארהאנדלונגען פון די כיבודים וואלט איך עס וואשיינליך נישט אזוי פשוט אנגעקוקט.

מ'לייגט אונטער דאס גלאז איינגעוויקלט אינעם פארטוך, איין קלאפ, נאך א קלאפ, און נאך א קלאפ....... אה ס'איז געלונגען..... מזל טוב!!!.... מ'וואונטש זיך, מ'קושט זיך, מ'פרייט זיך מיט די פארטרערטע אויגן און נאסע נעזער. מ'רייכט איין האנט נאך ס'צווייטע, און דאס מאגן גראבלט שוין און מאנט פאר אביסל עסן.

אריינקומענדיג און דאס לופטיגע זאל מיט די שמעקעדיגע קענטעלאופס זעט מען די קינדער שוין נאכן אויפעסן די בילקע. ליידיגע קאלאר סאדע פלעשלעך ביי אלע זייטן, און ביידע גלעזער -סיי די גרויסע סיי די קליינע- זענען פיל מיט גינגער עיל און קאלא....

אה, נאך א מזל! דער קליינער דרייצן יעריגער שוואגער האט שוין געכאפט א טיש פאר די גאנצע משפחה, און ער שטייט דארט אויף די וואך אז א פרעמדער זאל זיך נישט אנידערזעצן. ער מאכט שיעף די בענקלעך און בעט מיך איך זאל אים איבערנעמען ווייל ער וויל זיך גיין וואשן....

קוים אריינגעטאן דעם ערשטן ביס אינעם בילקע און דער ערשטער געלט גייער איז שוין דא. כ'האב אויסגערעכנט אז ביי יעדן צווייטן קיי במשך די גאנצע סעודה איז דא נאך א געלט גייער. עס גייט מיט א סטייל, נישט לאנג צוריק איז נאך 'הכנסת כלה' געווען די מאדע, היינט גייען אלע פאר 'צרכי רפואה'.

ס'איז שוין אן אלטע מעשה אז די וועיטערס פירן קריג מיט מיר, ווי אימער איך זעץ זיך קומען זיי אן צו מיר די לעצטע. כ'פלעג זיך זעצן נענטער צו די טיר פלעגן זיי אנהייבן סערווירן פון די בעק. האב איך זיך געזעצט אין די בעק פלעגן זיי אנהייבן פון פארנט. האב איך זיך אנגעהויבן זעצן אינדערמיט, הייבן זיין אן פון ביידע זייטן האלב פון פארנט און האלב פון אונטן, און די פון אינדערמיטן קריגן דאס לעצטע....

נו שוין, אויף דעם האב איך שוין לאנג אויפגעגעבן. איצט איז אבער אנגעקומען א פרישע גזירה, מען הייבט טיילן ביי מיין טיש איינס נאך מיר, און אזוי גייט מען ארינגס און ארום. פארשטייט זיך אז ווען ער קומט אן צו מיר האט ער מער נישט..... דארף איך ווארטן ביז ער ברענגט דעם נעקסן שיפמענט, אבער דעמאלטס געדענקט ער שוין נישט אז ער האט איבערגעלאזט א הונגעריגן יאצמעך אויפן פריערדיגן טיש און הייבט אן פארטיילן אויף דעם נעקסטן....

האב איך זיך שוין אויסגעלערנט אז איך ווארט נישט אויף קיינע כיבודים, איך הייב זיך אויף און נעם זיך אליין פונעם טעצל. פונקט ביי די חתונה האב איך אבער אנגעטראפן א שטייפן פאליאק, וויל ער נישט דערלאזן אזא הפקירות. מען נעמט נישט אליין זאגט ער, ער וויל 'ארדענונג'.... און אלס סטראשע גיבט ער מיך די לעצטע.....

ביים טיש שמועסט מען ווייטער איבער די אלטע געדראשענע פאליטיק'ס איבער וואס מען האט זיך שוין גע'טענה'ט מוצאי שבת ביי די שוויגער. די טענער ווערן העכער און די געמיטער צוהיצטער. נאך א מזל אז דער פאטאגראפירער איז געקומען מאכן א בילד פונעם טיש אזוי האט דער עולם געשמייכלט צום קאמערע און זיך בארואיגט, ווען נישט פליט ווען באטלען.....

די לעבהאפטע פעטער'ס קומען וואונטשן 'לחיים' ס'גאנצע עולם, דריקנדיג איטליכנ'ס האנט שטארק. די מיילער שטינקען זיי שוין פון יין שרף, און די געמיטער זענען שוין זיבל'דיג. רייכט מען די האנט און מען שמייכלט צוריק צו אלע און מען האפט נאר זיי זאלן נישט פרעגן ווי מען האלט מיטן משניות לע"נ דעם זיידן ז"ל....

בעפאר די זופ האב איך געמערקט פון דערווייטנס א גוטן חבר נאך פון די ישיבה. און אז די וועיטער'ס פעניעווען סיי ווי, האב איך דאך צייט צו כאפן א שמועס. בין איך צוגעלאפן און זיך פארצויגן און א געשמאקן געשפרעך. אבער אז איך האב געזען אז מען האט שוין פארטיילט די זופ האב איך אים אפגעזעגנט און געוואלט גיין עסן. איך גיי צוריק צום טיש נאר צו זען אז מיין שוואגער'ס פאטער האט זיך באקוועם געמאכט אוף מיין בענקל..... ער עסט מיין זופ, טרינקט פון מיין סעלצער, און פארענדיגט אפילו דאס פארבליבן שטיקל 'גארליק ברויט' וואס איך האב איבערגעלאזט, ווי גארנישט וואלט געווען....

שעלט מען זיך אונטער און מען גייט צו אן אנדערן טיש. עטוואס ליידיג, קיינער קען זיך נישט דארט איינער דעם צווייטן. איטליכער עסט פאר זיך שטילערהייט און קוקט אויף די מוזיק.

די קינדער זיצן שוין אויסגע'שורהט פארנט פון די מוזיק, און גלאצן דעם זינגער אין פנים אריין. איינער פון זיי האלט א גלעזל אין די האנט און פאנטאזירט אז ער האלט א מיקראפאון און מאכט נאך דעם זינגער מיט די האנט און פיס. דער פאטער האלט עס פאר אזוי צוקערדיג זיס אז ער לויפט שנעל רופן די מאמע וועלכע קומט צולויפן צו די מחיצה מיט אלע געשוויסטער....

די מוזיק ווערט שוין לעבעדיגער, מען שפילט שוין מארשן און שנעל-שטייטע ניגונים. מען הייבט שוין אן צוזאמלייגן די טישן, און ביזדערווייל ארגענאזירט זיך א מנין מעריב.

די מוזיק שפילט דעם פארשפיל. דער פויק גיט פיר עטוואס שטייטע קלאפן נאכגעפאלגט פון ארום צוויי צענדליג גאר שנעלע. און מען הייבט אן דעם באקאנטן עוהויהויד ישמע בערי יהודה וכו'..... די קינדער ווערן ווילד, די מחותנים'ס פנימער שטראלן, און נאך א קורצע פאר מינוטן זעט מען שוין פון אנדערן עק זאל דעם חתן זיך הייבן אין די לופטן.....

מיט א צעשראקענעם שמייכל און פריש איבערגעמאכטע פיאות פליט ער ארום אין דער הייך פון איין עק זאל צום צווייטן. די זיידעס קוקן מיט נחת קלאפנדיג מיט די האנט אויפן שטעקן. די פעטער'ס פאטשן מיט די הענט. און די קאזינס פארענדיגן נאך די שמועסן פון די סעודה...

ישיש עליך אלקיך.... זינגט דער זינגער מיט אימפעט. אינמיטן רופט אריין די בייביסטער אז דער קליינער פארפירט, און וואס זאל איך איצט טון?...... איך שיק אריין א מעסעדזש צו איר ביי די פרויען זי זאל אהיימרופן, זאל זי אויך פלאצן....

אין די אינעווייניגסטע רינג טאנצט מען מיט א לעבעדיגקייט, בעת מיר פון די דרויסנדיגע שפאצירן נאר ארום אויפן טאקט פון די מוזיק. אבער אז דער חתן טאנצט מיטן שווער שטעלן מיר זיך טאנצן פון פארנט און פון אונטן, זיך אנכאפנדיג ביי די אקסלען ציענדיג איינער דעם צווייטנס בעקטישע.

רבנים און דיינים קומען און גייען. מ'עסט א שטיקל מזונות, מ'כאפט א רקידה מיט פארגלייזטע אויגן, מ'שארט אריין א פדיון, און מען גייט צו די נעקסטע שמחה.

ביים ברעיק נאך וואס מען שטיפט זיך אן מיט פרוכטן, הייסע קעיק און אייז קרעים. גייט מען צו די מחיצה, ווי מען וואונטשט מזל טוב די פרייליכע באבע, וועלכע האט שוין אן די זעלבע קליידל ביים פופצנטן אייניקל אין א רייע בליעה"ר.

און אז מען שטייט שוין ביי די מחיצה, פארמירט זיך שוין א גרויסע משפחה אסיפה פון אלע שוואגער'ס מיט די פרויען. און מיר פרובירן מאכן א ווינט אז מען זאל יא אהיימגיין בעפאר מצוה טאנץ. איך הייב אן מסביר זיין וועגן די וויינענדיגע בייבי און די פרויען האלטן זיך אט אט ביים ברעכן, ווען פלוצים מערק איך ווי אלע קוקן פארצווייפלט אויפן דאך.... איך דריי זיך אויס און והנה.... די שוויגער איז דא.

שטייט זי דא אויסגעפיצט מיט דיקע שמירעכץ אויפן פנים און רויט פארב אויף די ליפן אזש זי קוקט אויס ווי פון פלאסטיק אויסגעשניצט. זי קוקט אויס ווי אין 'וואקס מוזעאום' וואלט זי גוט אריינגעפאסט און מיר אלע וואלטן מער הנאה געהאט....

אינגאנצן אויפגעברויזט איז זי שפריצנדיג כעס פון די געפארבטע אויגן, 'איי דאונט קעיר' שרייט זי 'איף יו וואננא אימבערעס מי דו איט'. מיר אלע שוואגערס יאגן אפ ציענדיג מיט די אקסלען און קוקנדיג מיט פארצווייפלונג אויף ארויף, בורקענדיג אונטער די נאז 'עםםם... נע, מיר האבן נאר געטראכט'...

דער דראם הייבט אן קלאפן מיטן הארא טאקט, און די חברים פונעם חתן הייבן זיך די פיס. די פיאות פליען אויף רעכטס און לינקס, און דיקע שווייץ רינט פון די פנימ'ער. כמעט דאס גאנצע עזרת נשים איז ביזי קוקן ביי די מענער. קעפ אויף קעפ שטייען זיי איינער איבער ס'אנדערע, איינע זעט איר חתן און דאס גאנצע ווייבער שול ווערט לעבעדיג.

מיר זיצן אלע שוואגער'ס ארום א טיש ביי די קארנער. מ'איז צו אויפגעברויזט צו שמועסן און צו מיד צו רעדן. אלעמענס אויגן קלעבן, זיצן מיר שטיל און מען קוקט אויף די טענץ. מ'געניצט, מ'קרעכצט, און מ'קוקט די ריסענט קאלל'ס פונעם סעלפאון.

דער מונטערער בדחן דרייט זיך שוין ארום אין זאל מיט א זיבל'דיגע מינע אויפן געזיכט, ווי צו זאגן 'איך גיי דא פרייליך מאכן באלד'....

ענדליך און מען זינגט שוין לשנה הבאה. א שטינקער א בחור'ל, וויל בעטן די מוזיק צו שפילן נאך פינף מינוט. אבער א הילכיגער פראטעסט מצד אונזער טיש האט אים פארטריבן פון דארט. און ענדליך, מען גייט שוין בענטשן....

דער גערעגטער פעטער מרדכי זע איך איז שוין אנגעצויגן אויב ער וועט קריגן א ברכה. ער האט באקומען צום סוף, אבער דער שווער האט געקריגן 'ברכה אחריתא', טא ער בלאזט ווייטער.

מען ווארט און מען קלאצט, און מען ווארט און מען פעניעוועט. דער חתן טוישט די וועש. די כלה פיקסט דאס שייטל. דער מחותן גייט הכנות. דער פעטער רופט קיין ארה"ק צו עפעס א מקובל זאל אנוואונטשן חתן כלה. דער זיידע גייט קטנ'ען. און איך...... ווארט און ווארט און ווארט, קוקנדיג אויף די שוויגער מיט שפיזיגע בליקן. און זי? זי זיצט דארט אויבן אן גלייך אונטער די כלה און לאכט ארום מיט די געשוויסטער. איך וואונטש איר שלשול אויף דאס גאנצע מצוה טאנץ....

שמח תשמח....... ענדליך הייבט ער זיך אן גארגלען דער אויסגערוהטער בדחן וואס האט הערשט נישט לאנג צוריק פארענדיגט תפילת שחרית אין איין מנין מיטן מארגעדזש בראוקער און אינשורענס אגענט.

אויף שמעלצער'ס 'כפרה ניגון' גראמט ער אויס דעם שידוך און די חתונה שיסנדיג וויצן, אונטערהאלטנדיג די פרויען מיט די קליינע קינדער וועלכע זיצן אויף בלויזע בענקלעך אינמיטן פונעם זאל הארט נעבן דעם בדחן. די מענער שמועסן איבער טעללער'ס פרוכטן אדער דרימלען.

ער -דער בא'טעמפ'טער בדחן- מאכט זיכער אריינצו-ווארפן וועגן דעם פעטער וואס זאגט אז מען זאל ענדיגן פרי און פארענדיגט אז:

העמיר טאקע נישט אויפהאלטן דעם עולם,
און סתם רעדן ווי א גולם,
נאר זיך יאגן און פליען,
דער עולם זאל זיך קענען גוט אויסרועעעעעעעעעעעעעעעעעען....
ענדיגט ער אויסציענדיג דאס לעצטע ווארט באגלייט מיט די הארמאניע פונעם זינגער און די מוזיק.

ער ווינקט דעם זינגער און טוישט דאס פנים צו ערנסט. די מוזיק מאכט א קול פון א פידל, און צוזאמען הייבט דער זינגער מיטן בדחן אן דעם פארגעשריבענעם חרוז אויפן לעצטן פאל פונעם ניגון 'שומרי מצוותיך ינחלו':

אוי זיידע זיידע, זיידע ר' שלום.
זינגטס א שבח פארן רבון עלם.
דא הארמאנייזט דער בדחן: ווייל ווי האט איר דען געטראכט דארט אין לאגער ביי די נאציס מיט די וואנצן,
אז אויף אן אייניקל'ס חתונה וועט איר נאך קענען טאנצן
.

נאך בעפאר ווי וואס ווען, און די מחותנת'טע ווישט זיך שוין די טרערן. און אז דער בדחן פארציילט פונעם לאגער וויינען שוין אלע אלטע. עפעס א מעשה פון א מופת אין לאגער טרעפט מען שוין אויס, און דאן וויינען שוין אלע זונען און טעכטער.

דער זיידע טאנצט אויפן גאלאנטע הקפה ניגון, און טרערן רינען אים פון די אויגן. יא טאקע, ביים גראמען האט מען דאס דערמאנט אז ער איז געווען גבאי ביים גאלאנטע רב נאך אינדערהיים. אינטערעסאנט אז כ'האב שוין געהערט די זעלבע זאך אויף אן ערך פון צוועלף זיידע'ס....... ס'א חילוק.

פיין געטאנצט וואויל געטאנצט, גוט שבת.

א ווינק צום זינגער. די מוזיק מאכט איצט א קול פון א טראמפייט. און אויפן הויכן פאל פון תהלימ'ל תהלימ'ל הויבט מען אן:

אוי זיידעניו זיידעניו, ווער קען זיך דאס גלייבן,
צום טאנצן אויפהייבן,
נאכאמאל,

א פרישער בית נאמן,
זיך גארנישט צו שעמען,
א הערליכער בית בישראל
.

דאסמאל הייבט מען אן גלייך מיטן לאגער. עפעס א הארציגע מעשה האט מען געטראפן, קיינער אין די משפחה ווייסט נישט דערפון, אבער עס זינגט זיך גוט. דער זיידע איז אויך עטוואס אומבאקוועם, זעט אויס אז א האלבע מעשה איז זיכער נישט אמת. אבער דאס האלט נישט אפ די שוויגער פון ווישן זיך די טרערן. זי קוקט אויף מיר ווי צו זאגן: זעסטו, עס האט זיך געלוינט דא צו בלייבן...

א זיידע נאך א זיידע, א פעטער נאך א פעטער, און דער זייגער רוקט זיך. מען קייעט ניסלעך און טשאקאלאדע, און מען טרינקט א טיי און שווארצע קאווע. מ'קריגט א מצוה טאנץ וואס קאסט נאר נאך א פאר דאללער דעם גראמער, פרעג פארוואס. מען דרימלט אביסל און מען הערט אויס די דזשויקס פונעם בדחן, דרייפערטל דערפון האב איך שוין געהערט פון אים נעכטן אויף א טעיפ וואס מיין קאלעגע האט אנגעצונדן אין די ארבייט.

אויף אלע עקן זאל ליגן אויסגעשפרייט שלאפענדיגע קינדער אויף אויסגע'שורה'טע בענקלעך. די פערי קאוטס און די קליינע רעקלעך ווערן צעקנייטשט. די לעמאנאדע פיאות און די געספרעיטע האר ווערן צושויבערט אן רחמנות.

ביי די פרויען זייט זעט מען אויך די פיצלעך קינדער נאך אין די וויגעלעך וועלכע מען האט אויפגעפיקט פאר די מצוה טאנץ פון די בעיביסיטער. די צוועלף יעריגע שוועסטער דארף ארומשטיפן דאס קינד אז דאס געוויין זאל נישט שטערן די גראמען. עס העלפט א רעטעך, און די מאמע דארף ארויסגיין אין די טונקעלע פרויען זאל שטיל מאכן דאס קינד.

אט און מען האלט שוין ביי די מחותנים.

דאס ערנסקייט שטייגט. חרוזים ווערן געזינגען איינס נאך ס'אנדערע. שנעלע און שטייטע. מיט הארמאניע און אנע. דער מחותן וויינט און ווישט די אויגן, און בליקט ארויס פון די ווינקלען צו זען אויב דער עולם גלייבט כאטש האלב פון די שבחים.

אויף מיין פעטער דעם לוזער וואס איז אפילו 'מיר' שולדיג עטליכע טויזנט דאללער, זינגט מען אז ער האלט אויס זיין זונ'ס ישיבה קטנה. און אויפן מחותן דעם פויער זאגט מען אז 'מעשה אבות סימן לבנים'. אויב יא איז צרות....

דער בדחן גארגלט עפעס א משל פון א קריגל מיט א פאסטוך. איך קראץ נאך אלץ דעם קאפ צו פארשטיין דעם משל, און ער זינגט שוין לאנג דעם נמשל. פאר זיי די מחותנים גייט נישט אן וואס דער משל איז, דער עיקר אז דער ניגון איז שיין.

מען זינגט און מען וויינט אז עס קען זיך דאכטן אז מען רעדט דא פון פאר'צרה'טע לייט, וואס יעדעס טריט אין לעבן איז געווען א גהינום. און יעצט אז מען האלט שוין דא ב"ה איז דאך נישט מער ווי ניחא צו זיפצען און ברעטשען ווי ביי 'ונתנה תוקף'...

וואס איז יא אינטערעסאנט איז פון ווי דער בדחן ווייסט וואס די מאמע האט געטראכט ביי ליכט צינדן. זי די מחותנת'טע ווי ווייט איך ווייס, יאגט הערשט אן צו צינדן לעכט אנגעצויגענערהייט אפאר מינוט נאכן זמן יעדע וואך. און דא הער איך גאר אז די בכיות און געבעטערייען דארט ביי די לעכט זענען אויף די העכסטע שטאפלען.

אויך הער איך יעצט אז עס טוט זיך גאר א גאנצע פארהאנדלונגס געשפרעך פון איר מיט ג-ט ברוך הוא. זי זאגט, ג-ט ענטפערט. זי פרעגט צוריק, ג-ט באשטעטיגט. זי בעט נאך מער, און ג-ט זאגט פאר דיר אלעס, ווייל די לערנסט הלכות לשון הרע יעדע נאכט (כאטש דו האלטסט נישט קיין ווארט וואס דארט שטייט). און אזוי, און נאר אזוי האט מען זוכה געווען אזא חתן אויפצוציען.

איך וואונדער זיך נאר צו די געשפרעכן גייען אן יעדע וואך, צו דאס איז נאר איינמאל א חודש, שבת מברכים אפשר. און בכלל וויל איך ווען וויסן, אז זי האט יא א געשפרעך מיטן בורא עולם, מעג זי עס עפעס אזוי פארציילן דעם בדחן? צו האט זי דאס אויך געפרעגט פונעם אדון עולם אליין? גיי ווייס....

יעצט זינגט מען עפעס אז דער מחותן האט אסאך ארויסגעהאלפן עמיצן א איד אין די לעצטע צייטן אין שפיטאל, און יענער איז זיכער א שטארקער מליץ יושר, זאגט דער בדחן אויפן הויכן פאל פון שלמה'לעס נחמו.

און ער זאגט חיים, חיים מיין געטרייער,
איך וועל גיין פאר דיר אין פייער,
ביים כסא הכבוד צוטרעטן,
און פאר דיר אלעס גוטס אויסבעטן.

איך וויל נישט מקטרג זיין און אודאי נישט אויף א מת, אבער ווי ווייט איך האב יענעם געקענט, האט ער נאך טראבל פאר זיך אויסצובעטן עפעס, ווער רעדט פאר יענעם...... אבער דער ניגון איז דאך נישט שלעכט געווען....

און אז מען דערמאנט דעם זיידן זכרונו לברכה וועלכער קומט יעצט אראפ פון אויבן, איז דאך די יללות עד לב השמים. אלע כליפעצן און ווישן זיך מיט טישוס און נעפקינס. דער זיידע איז דייקא געווען א פרייליך אידל, שטענדיג געשמייכלט און אלס געהאט א גוט ווארט, און בכלל נישט געגלייכט קיין טרויער. פרעג וואס עס קומט אים אז ווען ער קומט אריין אויף די חתונה זאלן אלע וויינען....

דער פעטער טאנצט אנגעקליידט מיט א קאפל פון עפעס א מקובל. און א בעקיטשע פונעם חפץ חיים'ס גבאי. די אויגן פארגלייזט, און די שטערן פארקנייטשט. ער מאכט מיט די האנט און טופעט מיט די פיס מיט אן ערנסקייט וואס ווען ער זאל דאס האבן ביים דאווענען וואלטן זיינע קינדער אפשר בעסער אויסגעקוקט...

טי רוידוי דוי דאםםם...... מ'האלט שוין ענדליך ביי חתן כלה....

זיי זענען שוין מידער ווי מיר, אויסגעוויינט און אויסגעמוטשעט. א רחמנות צו קוקן אויף די צעשראקענע יונגע פארלוירענע פנימ'ער. וואס קען מען דען טון אז זייערע געטרייע עלטערן האבן געשפירט פאר וויכטיג אויסצוציען די גראמען ביז עס טאגט שוין אט אט.

דער בדחן רימט זיי אויס ביידע איינער דעם צווייטן. דער חתן איז א מושלם בתורה, און די כלה א צנועה. דער חתן א לב טוב, און די כלה אן איידעלע. ער איז יראתו קודמת לחכמתו, און זי איז אשה יראת ה' היא תתהלל. איך ווייס נישט וואס, מיד זענען זיי זיכער...

זיי ווייסן נישט וואס א ניגון מען זינגט, און צו די גראמען שטימען. נאר שאקלען מיטן קאפ און קוקן אויף דער ערד. ער דרייט די פיאות און זי האלט איין הענט אויף די אנדערע מיט א טישו צווישן די פינגער. מיט א משל פון א קעניג מיט א באדינער דערמאנט מען זיי צו בעטן אויף בני חיי' ומזוני. און מיט אן אנדער משל פון א פאסטוך מיט א שעפעלע דערמאנט מען די גאולה. און 'לכה חתן לקראת כלה'.

אוי אשת חיל......

מען ציעט זיך אויס די מידע ביינער און מען טוט זיך אן דאס אויסגעטונע שטריימל. מען בליקט אויפן זייגער נאר צו זען דעם חורבן. מען זוכט אויף די בני בית פון צווישן די נשים. מען פעקלט זיך אריין אינעם אלטן ווען און מען ווארט......... אויף די שוויגער.....

זי איז נאך ביזי וואונטשן חתן כלה און מחותנים, און שמועסן מיט די שוועסטער. ענדליך קומט זי אריין אין ווען און רעדט העכער ווי איך האב איר סיי ווען געהערט רעדן, איבערשרייענדיג די קולות פונעם אלט-מאטאר'דיגן ווען. 'איט וואס נייס נאו'? פרעגט זי מיר מיט געמאכטע מיטלייד זעענדיג ווי איך פרוביר עפעס א דרימל כאפן. 'איטס טאקע לעיט, באט איט פעיד אףף'.......
| הקודם »
| הקודם »
| הקודם »
| הקודם »
| הקודם »
| הקודם »
| הקודם »
| הקודם »
| הקודם »

8:54 PM
Blogger עולם_2:

געוואלדיג געוואלדיג!!!!!!!!!!!!!!!!
דעט'ס אלל איי קען סעי רייט נאאו    


1:18 PM
Anonymous Anonymous:

a1    


9:54 PM
Anonymous Anonymous:

Well put!    


10:00 PM
Blogger Yoelish:

You seem to be an extremely observant guy.

All of your posts are Very witty, but this post stands out because it’s about a topic everyone, no matter what age or sector in our community, can relate to.

Funny funny.    


11:24 AM
Blogger יאשע פאפער:

one of your best writings1    


12:26 PM
Blogger Faider:

This comment has been removed by the author.    


5:26 PM
Blogger Faider:

כ'ווייס נישט צו דו באזוכסט נאך אמאל דא, אבער איך האב באמת נאך אין מיין לעבן אזוי, נישט געלאכט...כ'זאג דיר ס'איז אומגלויבליך..אזא לץ ווי דיר איז שוין זייט די צייטן פון בעש"ט נישט געוווען ..אזאנס קומט נאר אראפ איינמאל אין 1000 יאר. און דעמאלטס אויך פאר א נארישע פארזייגטע וויץ..דאס איז ממש איינס אין די וועלט..וי להאי שופרא דבלי בארעא..

דיגעוואלדיגע בליציגע רעיונות וואס גיסן זיך צונויף מיט די גיניאלע געדאנקען, טרעפליכע הומאריסטישע איינפעלער, זענען נישט צום גלויבן אויף א ילוד אשה...כ'האלט אז פאר א טויש וואלסטו נאך געמעגט פון צייט צו צייט מהנה זיין דעם ציבור..    


2:34 PM
Anonymous Anonymous:

cha cha cha!!!!    


נו, זאג עפעס