מסכת יענטאאש

מיינע ארטיקלען, בויך דריקענישן, דרשות און געדאנקען

בחור בחור, שא רגליך!!...

אמער, בֵיינאַזמאַנעֶם!

פון וואס איז ער דען מיד דער קליינער יחות קטנה אז ער ברויך וואקאציע? פון טרינקען קאָפי? פון נאכשרייען מאריא דעם גוי פון ישיבה? פון נודנען דעם מענעדזשער מיט איבלדיגע וויצן?

אויך מיר א דערהער, בֵיינאַזמאַנעֶם! צו וואס האט מען דאס געמאכט בכלל? און ווער זעט עס זאל אנהאלטן אזא זאך וואס קיינער פארדינט און יעדער דערלייגט.

לעטס פעיס איט, דער קליינער בחור איז אן אומגעצייטיגט פרוכט'ל, אן אומרייפע פרי, ווען ער איז א פיעטש וואלסטו אין אים נישט אריינגעביסן, ווען ער איז א טאמאטע איז ער נאך גרין, ווען ער איז א באנאנע איז ער נאך א הארט.

דער צוציק וואס קוים דער אונטער-ארעם האט אים אנגעהויבן שמעקן, האלט זיך פאר א גאנצער זקן ויושב בין הגדולים, למעשה איז ער נישט אהער און נישט אהין, ביי די קליינע איז ער א בוגי-מען און ביי די גרויסע א פימפער-נוטער.

די קליינע פרחי שמיגעגיס, צו גרויס צו זיין זיס, צו קליין צו זיין קלוג. שוין אויסגעוואקסן די קאלערדיגע העמעדער, אבער שווימט נאך אינעם רעקל. מיט די קליינע וויל ער נישט פארברענגען און מיט די גרויסע לאזט מען אים נישט.

דרייט ער זיך ארום אויף די הינער אויג מיטן גרויסן חאלאטל, מיטן היט איבערן קליין רינדיג קעפל, ווען די פלאסטישע גלעזער רינט אים פון דאס פעטיגע נעזל, און ער קען דאס נאר ארויפריקן דורכן גרימאסירן מיט די נאז.

דאס נעזל, צו גרויס צו האבן חן צו קליין צו האלטן די גלעזער. די באקן, צו גרויס צו זיין בעקעלעך, צו קליין צו זיין באקן. די אויגן שפריצט מיט אויבערישע חכמה. דאס קול טשוויטשיג, די שיך מאראסטיג, דער שמוציגער טלית קטן ווי א טישטוך אויפן אונטערשטן. די איינציגע ווערטפולע פארמעגן זיינע איז די שתי שערות.

נישט צום שלינגען נישט צום שפייען. צו גרויס צו פאלגן, צו קליין צו פארשטיין. פראסקעט די קליינע און קריכט אויף די גרויסע. די מאמע שיקט אין שול און די אידן אין שול ווילן אים נאר זען אינדערהיים.

אין שול ליידיגט ער אויס די קאווע, און פילט איבער די מקוה. נעמט אוועק די פלעצער ביים לערנען, און פילט אן די בענק ביים דאווענען. שטייט ווי מען גייט און גייט ווי מען שטייט. קופקעט אין די דורכגענג, און שפאצירט צווישן די זיצן. יאגט זיך ווי מען גייט לאנגזאם טרעטנדיג אויף די פערשטן, און חלומ'ט ווי מען גייט שנעל קלאפנדיג מיטן אונטערשטן אין די דיכטן.

מאכט מנינים ווי מען רייכערט מיט א קאווע, און טרינקט קאווע ווי מען דאוונט. צום עמוד איז ער אייביג א חפצה, דאוונט שנעל ווען מען וויל שטייט, און שטייט ווען מען וויל שנעל.

אינדערהיים מאכט ער אייערשפייז יעדן טאג, צו שפעט פאר פרישטאג און צו פרי פאר לאנטש. מאכט שמוציג דריי טעפ און קלעבט אן די קאונטערס מיט רויע אייער. פליקט אויף דעם פעקל ברויט אינדערמיט און האט נאך די העזה צו בלאזן ווען די מאמע שרייט. פארניצט שיינע דישעס ווי א מלך, און לאזט עס איבער אויפן טיש ווי א חזיר.

פּאָפט אויפן סאפע ווען מען דארף הילף, און הערט טעיפס הויעך ווען מען וויל שלאפן. צו האלטן א בעזים איז ער צו בא'גדול'ט, אבער שמוציג מאכט ער ווי א קטן. נישט צום באקומען ווען עס קומט צוצולייגן א פלייצע, אבער געפינט זיך שטענדיג אונטער די פיס צו מהנה זיין די מוטער'ס מידע נערוון מיט מילביגע וויצן וואס נאר א 'פּיטעם בחור' קען פארשטיין.

אין די היינטיגע וועלט וואו יעדע ריר איז א פירצה און יעדער באגריף איז א חורבן, א דור ווי יעדער טראָטשאַק איז אן עסקן און יעדער משוגענער איז א פרעדיגער, קענען נישט די חברה אויף אזויפיל אויפטון און מאכן אן ענדע צו די זינלאזע שגעון?!

וואו זענען די מנהלים?! על מי נטשתם את הקעלבער?!

אין מיינע אויערן קלינגען נאך די סטראשעס פון יעדן ערב בין הזמנים וואס מען וועט טון מיט די חברה וואס מען וועט כאפן מיט דאס און יענץ, בטלן איינער! הער אויף מיט די סטראשע! מאך אן ענדע צו דאס גאנצע פארשאלטנהייט און פטור אן עסק!

אמר רבי יענטאאש, לא היו ימים טובים לישראל כר"ח אייר ור"ח חשון, שבו היו בני ישראל יוצאים ומקליהם בידיהם ואומרים, בחור בחור שא רגליך! יאג דיך אפ!!!....





| הקודם »
| הקודם »
| הקודם »
| הקודם »
| הקודם »
| הקודם »
| הקודם »
| הקודם »
| הקודם »

נו, זאג עפעס