מסכת יענטאאש

מיינע ארטיקלען, בויך דריקענישן, דרשות און געדאנקען

צוויי ברויזיגע בליקן, איין מחלה

געשיקט דורך Yentash בMonday, September 04, 2006-10:14 PM
יענקל דער אינשורענס אגענט זיצט אין זיין ווענטשור און פארט זיך געמיטליך, כ'מיין מ'שטיינס געזאגט געמיטליך.... יענקל איז נישט קיין אלטע זיידע אדער גויטע וואס דרייווט ווי א נאר אויף די סטופיד ספיד לימיט, יענקל איז שוין א גרויסע טאטע, ער פליט! א וויכטיגער טעלעפאון קאלל קומט אריין אויף זיין פאלם סעלפאון, כ'מיין מ'שטיינס געזאגט וויכטיג..... זיין חבר מענדל האט צו פארציילן עפעס א פאליטיק נייעס. נו, איז דאך דאס טאקע וויכטיג
יונה דער קאנסטראקשן ארבייטער זיצט אין זיין קארגא ווען און יאגט זיך שטארק אנצוקומען צום סייט. ער איז אויך אין די זעלבע צייט אויפן פרְפרְ מיט מענדי זיין יוגנט חבר. זיי רעדן פון די נעכטיגע יענקי געים. יונה איז אויך נישט קיין קליינע פיצי בעיבי, ער פארט אויך נישט ווי אן אלטער איד אויף די נארישע ספיד לימיט. נאר מיט די דיקע ברוינע שטיוול דריקט ער אראפ דעם פעדל ביז וויפיל דער אויסגעפליקטער מאטאר ערלויבט נאך
ביידע יונה און יענקל קומען איצט צו פליען צום זעלבן אינטערסעקשאן פון אנדערע ריכטונגען מיט א ווילדן ספיד און טעלעפאנען אין די האנט, קאנצענטרירנדיג זיך מער אויפן אנדערן זייט טעלעפאן טרייבל ווי אויפן שאסיי. דעם דריי מאכן זיי ביידע אין די זעלבע צייט -קוים קוקנדיג אויפן דעם בעיבישן סטאפ סיין וואס די נארישע גאווערמענט האט נעבעך ארויפגעלייגט- און מיט א קוויטש פונעם ווען פליען זיי אריין אין די זעלבע אינטערסעקשאן........
קווווווווווווווווווויטטשששששששששש!!!!!!!!!........... 'אוי געוואלד רבונו של עולם' שרייט אויס די אלטע באבע וועלכע שפאצירט דורך מיט די עלטסטע טאכטער אויף איר טעגליכער וואָק....... די צוויי אויטאס האבן שיעור זיך אריינגעקראכט איינער אינעם צווייטן מיטן שטערקסטן קראפט....... א האר האט אויסגעפעלט און מחנות יאווענדיגע רעטונגס אויטאמאבילן מיט שרייענדע סירענעס און בליטשקענדיגע לעמפלען וואלטן זיך געיאגט צו די סצענע צו העלפן מיט וואס מען קען
ב"ה דער אייבירשטער האט געהאלפן, און אנשטאט דער שרעקליכער קאטאסטראפע וואס האט ווען געקענט פירן צו צוויי קרן יתומים אקציעס, שטייען איצט די ביידע דרייווער מיטן טרייבל אין די האנט, און פון דערונטער די צוגעמאכטע ווינדאוס קוקן זיי זיך אן איינער דעם אנדערן מיט שטרענגע ברויזיגע בליקן און פאָרווארפנדע גרימאסן אויפן פנים, און שרייען איינער דעם צווייטן אין די לופט אריין 'האלאו! זעסט נישט קיין סטאפ סיין'?!!!....... און פארענדיגן גערעגטערהייט אביסל צו יענעם אביסל צו זיך אביסל צו דעם אויפן אנדערן זייט טרייבל 'חחחיה רעה דער'....... 'וואסי געשעהן?' פרעגן ביידע חברה פון די אנדערע זייט טרייבלעך פון זייערע חברים. נע גארנישט דער מטורף האט מיך דא אריינגעקאָט, גארנישט....... עניוועי וואָזאגסטו?..... און אראפ מיטן פעדל צוריק צום פריערדיגן ספיד................
אזא מעשה פאסירט טאג טעגליך אויב נישט שעה'ליך אדער מינוט'ליך ביי חרדי'שע אידן. ס'פאסירט זיכער אויך ביי גוים, אבער דארט אינטערעסירט מיך עס נישט. די וועג וויאזוי מיר דרייון איז דאך שרעקליך... עס קוקט אויס ווי מיר פארמאגן עפעס אזא מחלה וואס מאכט אונז טראכטן אז די ראוד רולס זענען ווי די חדר גזירות קעגן די קליינע קינדער. און איך גרונם קנאקער וועל מיך עפעס משוגע מאכן מיט די ספיד לימיט? סיעט בעלטס חאַ חאַ.... דאס איז פאר די פרויען..... און סטאפ סיינס? דאס איז דאך טאקע בלויז פאר די אלטע אידן
און וויי און וואונד איז ווען דער פאליסמאן וואגט זיך געבן א טיקעט..... ס'ארא רשע מרושע דער אכזר פון א גוי..... אנטיסעמיט! שונא ישראל! ימ"ש וזכרו! וואס איז? וואס הייסט איך בין דאך נאר געפארן אויף אכציג אן סיט בעלטס מיט א טעלעפאן אין די האנט אין א טערטי לימיט זאון, און דער אכזר גיבט מיר טיקעט...... ימ"שששששששששששששששששש.....
אז מען זאל אביסל ארייטראכטן אז מ'שפילט זיך דא מיט סכנות נפשות ממש אויף יעדן דריי מיטן רעדל און קוועטש מיטן פעדל, וואלט מען אביסל אנדערש געקוקט דערויף. אויב נישט פאר זיך, כאטש פאר די אנדערע פאסאזשירן. ווער רעדט נאך אויב זענען זיי די ווייב און קינדער, און רוב מאל איז עס. אביסל רחמנות טייערע אידן!...... ונשמרתם מאוד לנפשותיכם מיינט מען ביים דרייוון אויך