מסכת יענטאאש

מיינע ארטיקלען, בויך דריקענישן, דרשות און געדאנקען

געדאנקען - א'

געשיקט דורך Yentash בWednesday, August 22, 2007-2:00 PM
געדאנקען.....

דער מענטשליכער מח ער טראכט און טראכט,
אן אויפהער בייטאג און ביינאכט,
אמאל נאריש און אמאל צו דער זאך,
אמאל עס קאסט א קרעכץ און אמאל א לאך.

די אויג עס זעט און טוט באאבאכטן,
און גיבט דעם מח פיל צו טראכטן,
דער הארץ מיט געפיל טוט שפירן,
און טוט דעם מח מיט געדאנקען פארפירן.

אמאל די אויג טוט עפעס זען,
און דער מח פארטראכט זיך וואס דא איז געשען,
מיט א טיפערן בליק ער טוט זיך באמיען,
און א טיפערע מסקנה ער טוט דערפון ציען.

אמאל א מוסר השכל עס מאכט אים פארשטיין,
אמאל א גוט ווערטל קומט אין מח אריין,
אבער דער מח ער טוט ווייטער גיין,
ער האט נישט קיין צייט צו בלייבן שטיין.

טוט דער מח ווייטער גאלאפירן אין אלע עקן,
און דער געדאנק אין דער זייט טוט בלייבן שטעקן,
אנשטאט נאך פיל מענטשן זאלן הנאה האבן,
טוט ער בלייבן אין די מח קעמערלעך באגראבן.

טו איך אבער טראכטן צו מיר אליין,
פארוואס טאקע זאל דאס אזוי זיין,
איך וועל זיי אפשרייבן און מיט גראמען באפוצן,
זאלן אנדערע מענטשן אויך האבן דערפון נוצן.

און אפילו אויב זאל אזוי געשען,
מענטשן זאלן אין איר קיין אינטערעסע נישט זען,
לוינט זיך נאך אלץ פאר מיר אפשרייבן,
זאל זי כאטשיג פאר מיר אין זכרון פארבלייבן.



א'

זיצט דער אלטער שוואך און איינגעבויגן,
ווען דאס קליין קינד באטראכט אים מיט אפענע אויגן,
די קליינע איז געזונט קיין ווייטאג טוט זי נישט שפירן,
דער אלטער די גלידער קען ער קוים רירן.

די קליינע א צוקערל קוים געענדיגט פארשלינגען,
זי אטעמט אריין טיף אין די לונגען,
איר קענטיגע הנאה אויף די זיסווארג זי טוט אויסדריקן,
און דאן אויפן אלטן עס פאלן אירע בליקן.

מיט גרויסע אויגן און קענטיגע גלוסטעניש,
זי קוקט ווי עס איז צוגעגרייט פארן אלטן אויפן טיש,
קליינע טאבלעטן פון אלע קאלירן און פארעמען,
וואס דער אלטער טוט צוביסלעך אין מויל ארייננעמען.

דער אלטער ער קרעכצט און קרעכצט אן אויפהער,
יעדע מעדיצין פאר זיך איז שווער,
א באזונדערע צער יעדעס איינע טוט אים געבן,
ער טוט דאס נאר נעמען זיך צו דערהאלטן ביים לעבן.

אבער וואס טוט זי דען פארשטיין די קליינע,
אירע אויגן פון קנאה גייט אויס ביי יעדע איינע,
די שפייעכץ פון מויל מיט גלוסטעניש טוט רינען,
זי קען דעם אלטן גארנישט פארגינען.

מענטשעלע מענטשעלע וואס פארשטייסטו?
וויפיל מאל מיט גרויסע אויגן יענעם באטראכסטו?
אויף יענעם קוקסטו מיט באהאלטענע שנאה,
דו קענסט גארנישט באהאלטן די קנאה.

יענעמס טוט בעסער ביי דיר אויסקוקן שטענדיג,
כאטש דו ווייסט נישט וואס טוט זיך אפ ביי אים אינעווייניג,
יענעמס אז זאך קוקט דיר אלעמאל אויס גוט,
טוסטו אויף אים קוקן מיט בייז בלוט.

דו טוסט נישט טראכטן אז טאקע די זאך אליין,
וואס קען ביי דיר אויסקוקן אזוי שיין,
טוט יענעם פארשאפן אזויפיל צער און פיין,
ביטער און זויער עס טוט אים זיין.

מענטשעלע מענטשעלע מיט דיין חלק זיי גליקליך,
ווייל דאס איז וואס עס קומט זיך דיר ערליך,
אז דו וועסט דעם 'איזהו עשיר' מקיים זיין,
וועט דיר שטענדיג זיין גוט און פיין.