מסכת יענטאאש

מיינע ארטיקלען, בויך דריקענישן, דרשות און געדאנקען

נאך איבער בין הזמנים

געשיקט דורך Yentash בThursday, June 19, 2008-1:57 PM

...אבער וואס מען האט פרובירט האט נישט געהאלפן, וויפיל מען האט עס געוואשן איז עס געבליבן עפעס קלעביג, וואו אימער מען האט עס פרובירט צו פלאצירן האט זיך עס עפעס קיינמאל נישט געהאלטן, אינערגעץ האט עס נישט געהעריג אריינגעפיט, אלץ איז עס למעשה געבליבן אונטער די פיס. דעריבער איז געבליבן אז מען זאל נעמען דאס גאנצע באנדל און אריינלייגן אין א גרויסע גארבידזש בעג, און מען זאל דעם גאנצן בעג ארויפלייגן אויפן בוידעם ביז נאך פסח, און אזוי וועט זיין מנוחה ושלוה...

ניין, נישט צוגעטראפן. איך רעד נישט פון די מאדנע סעט געשיר וואס טאנטע יאכנע האט געגעבן צום תנאים. איך רעד אויך נישט פון די אלטמאדישע קרום-געפארעמטע כלי חרס מיט די אנטיק מאלערייען און אינטערעסאנטן געשטעל וועלכע מען האט געקויפט אינעם 'ניינטי ניין סענטס' סטאר. איך רעד אפילו נישט פון די באסאווע קאכן טעפ וועלכע פיטן נישט אריין איינס אינעם אנדערן און נעמען יעדעס עקסטערע אויף א באזונדערן מקום כבוד אינעם קעבינעט.

איי, פון וואס רעד איך יא? כ'על אייך זאגן.

אבער בעפאר, לאזט מיר אייך נאר פארציילן.

עס איז צוויי דרייסיג ביינאכט, די שטאט איז איינגעהילט אין א טיפן שלאף, די לעצט פארבליבענע פסח'דיג מאכער'ס האבן שוין פארלאשן די לעקטערס, אפילו 'מיסיס בירנבוים' וועלכע וואוינט אינעם זעלבן פאנדזשאלוי פון ר"ח ניסן ביזן סדר נאכט האט שוין אין א זייט געלייגט די צעריבענע הענטשעך און זיך געגאנגען אביסל צולייגן. און יא, כ'האב געוואוסט אז איר וועט פרעגן, אבער אויך 'פרוי ווידער', די וואס פראוועט איר אישפוזא אום חודש ניסן און קומט אפילו אין גראסערי מיט א גערוך פון 'וועל-דאן' און 'מר. קליען' צונויפגעמישט, און באטאפט די טשיז דענישעס מיט די זייפיגע הענט, יא אויך זי האט שוין באשלאסן אז די איין קעבינעט וועט מוזן ווארטן אויף מארגן, און אזוי גערוך'דיגערהייט איז זי געגאנגען א דרימל טאן.

ביי די יענטאאש'עס איז שוין אויך נאכט, אייגנטליך איז שוין פונלאנג נאכט, די מנהג המקום'טע איז איבערצולאזן די ארבייט אויף מארגן, עס רייניגט זיך נישט גרינגער אונטער די שיין פון די שטערנס זאגט זי.

און יענטאאש? ס'א חילוק פאר פסח נאך פסח, אז מ'שלאפט שלאפט מען, שפריץ מיר אן דעם בעט מיט 'איזי אףף' שלאף איך אויך, איך בין מקיים דעם 'ישן נושן' מיט אלע מפרשים (פרעג נישט איבער פשט)....

אההההה..... א כראפעץ אויף אריין, א כראפעץ אויף ארויס... אהההה..... נאך א כראפעץ אויף אריין (דאסמאל טיפער ווי די פריעדיגע), און דאן א כראפעץ אויף ארויס (נאטורליך לענגער ווי די פריעדיגע)....

ווען פלוצלינג.....

האלאו!!!.... האלאו!!!.... האלאו!!!.... האלאו!!!....

דאס קערפער גיט א האסטיגן ציטער, א קאלטער שווייץ באגיסט מיר, איך הייב מיך אונטער צושטייטליך, כ'קלעב אויף די אויגן, איך קוק זיך ארום און ארום מיט די פארשלאפענע אויגן....

גארנישט.... שטיל.... אלעס שלאפט....

איך פרוביר זיך גוט איינהערן, גוט איינקוקן, אבער אלעס קוקט אויס רואיג, יעדער אטעמט, יעדער שלאפט, די 'טעדי בער' איז געהעריג אין די קליינטשיגעס הענט, די דאכענע ביי די פיר יעריגס איז געהעריג אויפן פלאר, און די יונגלעך רום שטינקט געהעריג פון די בלאזערייען פון די נעכטיגע נאכטמאל...

אבער ווער האט געשריגן דעם האלאו?... ס'א חילוק, א שלעכטער חלום, מ'גיי מיר זיך צוריקלייגן.

דריי דרייסיג. שטיל. שטיל. שטיל...

האלאו!!!.... האלאו!!!.... האלאו!!!.... האלאו!!!....

איצט קען איך שוין נישט צוריק איינשלאפן, דער 'האלאו'... יממממממ"ש! קלינגט אין מח די גאנצע צייט.....

די 'האלאו' עפאכע הייבט זיך שוין אן פון דעם זעלביגן אינדערפרי, איך בין אויפגעשטאנען אביסל שפעט, אויפן וועג צום ביהמ"ד מאכט מען א סטאפ ביים דערנעבענדיגן רעסטוראונט קויפן א קאווע און מיטנעמען א פרישטאג, ליבערשט ווי ברויכן מאכן א באזונדערן סטאפ באלד אויפן וועג צו די ארבעט.

א געווענליכן אינדערפרי איז היבש רואיג אינעם רעסטוראונט, יונגעלייט קויפן פרישטאג מיט קאווע'ס, אמאל איז האחט-ווער אביסל מונטער און רעדט הויעך איבער די נעכטיגע נייעס, אבער מער ווייניגער איז אלעס ווייעך.

איך ערווארט היינט אביסל א מער העפטיגע לופט, פארט בעפאר פסח, איך קויף אויך נישט כסדר פרישטאג, נו שוין, מן הסתם וועל איך דארפן ווארטן אביסל, אבער העי העי העי, מען קען דאך קוים אריינגיין דא, א ריזן דעלעגאציע פון די ישיבה קטנה ביז די ישיבה גדולים האבן זיך דא אנידערגעלאזט, ס'איז לעבעדיג, ביינאזמאנעם... כאלאטלעך פליען פון אלע זייטן....

האלאו!!!.... האלאו!!!.... האלאו!!!.... האלאו!!!....
קענסט מיר דורכלאזן, מיין פרישטאג איז שוין רעדי איך בין נאר ארויס נעמען א ציגארעטל!....

האלאו!!!.... האלאו!!!.... האלאו!!!.... האלאו!!!....
וואס קארגסטו מיר דא די 'צחוק'?!!.... לייג נאר אריין נאך אביסל אזוי עס זאל ציפן ביז נאך די מרור!....

האלאו!!!.... האלאו!!!.... האלאו!!!.... האלאו!!!....
קענסט זיך א ריר געבן?! איך דארף גיין!....

דו בחור דו טחור דו פארשטינקן טראפל וואס ביסטע,
נעקסטיים לאז איבער אין ישיבה דיין פיטעם'דיגע גיסטע,
אויף דיין חברותא און אויפן פוילישן קענסטו דיינע 'האללאו'ס אויסשרייען,
אבער די מח שרויפן פון ערוואקסענע מענטשן טו נישט ארויסדרייען!

ענדליך דערשלעפ איך זיך אין שול אריין, אויסגעמאטערט פון ווארטן אויף מיין פרישטאג. א חתונה מיט מוריטשקעס איינגעהילט אין כאלאטלעך זענען מיך מקבל פנים, די גערוך פירט צוריק מיינע זכרונות צום טוילעט פון די ישיבה קטנה.

איך עפן די דעקל פון מיין קאווע, אהההה, איך גלייך צו טרינקען קאווע מיט א דעקל, נו לאמיר זען ווער האט א שידוך געטאן, האט ווער האט געהאט א קינד למזל טוב.... פשיהא, דער האט דאך הערשט חתונה געהאט, איי, דער מענדל וואלף פריידט זיך זיכער מיטן ערשטן אייניקל....

האלאו!!!.... האלאו!!!.... האלאו!!!.... האלאו!!!....

אוי רבוש"ע!.... וואו לויף איך, טחור מכאן וטחור מכאן, איך בין געטרעפט צווישן צוויי קעגן לויפנדע כאלאטלעך!.... אאאאאאאאאאאאוטש!!!!.... היסטאריע!!!.... א קאווע מיט א דעקל האט זיך אויסגעגאסן!!!... כ'מיין דארפסט פארשטיין, טחור א' האט זיך געיאוועט אין די מקוה אריין ווייל זיין 'גרופ' איז שוין דארט אין אזא צייט יעדן טאג און ווי קען ער פארפאסן דעם שמועס אין די שויערס... און טחור ב' האט געברויכט וויכטיג זאגן פאר אן אנדערן שמויגער אז ר' הערשל ווערט א מגי"ש קומענדיגן זמן אין 'צירעם'....

דו בחור דו טחור דו פארשטינקן טראפל וואס ביסטע,
נעקסטיים לאז איבער אין ישיבה דיין פיטעם'דיגע גיסטע,
עס קען ווארטן א מינוט'קעלע דיינע קריטיש וויכטיגע שמועסן,
פארדעם ברויכסטו נאכנישט מיין קאווע אויסגיסן!

גיימיר עפעס לערנען פארן דאווענען, שוין טאקע שפעט אבער עפעס ברויך מען אריינכאפן, איך דערנענטער מיינע טריטן צו איינע פון די טישן....

האלאו!!!.... האלאו!!!.... האלאו!!!.... האלאו!!!....
איך זיץ דא!.... איך זיץ דא יעדן טאג..... איך זיץ דא יעדן טאג קענסט יעדן פרעגן....

סטאפ צו אטעמען ווי א געשאחטן פערדל די אויפגעבלאזענער באמבער-אקס, איך נעם נישט דיין 'בקום קבוע', איך דארף נאר דעם 'משנה ברורה' דא....

האלאו!!!.... האלאו!!!.... האלאו!!!.... האלאו!!!....
דעדעדדעעס איז מיין 'משנה ברורה', איך האב עס אהערגעברענגט.... איך דאפעס נאך....

נו שוין, א צווייטער כאלאטל-באקליידעטער בונדל קלעימט אונערשיפ אויף דעם ספר, ס'איז 'זיין' משנה ברורה, וואס ווילסטו וויסן די ברוינער צוציק? ביז ווען מען מעג עסן חמץ??? ביז ווען דיין מאמע לאזט, שוואנץ!....

דו בחור דו טחור דו פארשטינקן טראפל וואס ביסטע,
נעקסטיים לאז איבער אין ישיבה דיין פיטעם'דיגע גיסטע,
גיי דיר פון דאנעט דו מיט דיין חבר צוזאמען,
וויש דיר אפ ס'אחור און גיי העלפן דיין מאמען!

לערנען וועט מען שוין נישט היינט, לאמיך גיין דאווענען, העמיר כאטשיג אנקומען אין די ארבייט באצייטנס. פארוויקלט דעם טלית, איינגעדרייט די תפילין, אויפגעמישט דעם סידור, ידיד נפש!...

האלאו!!!.... האלאו!!!.... האלאו!!!.... האלאו!!!....
האלאו!!!.... האלאו!!!.... האלאו!!!.... האלאו!!!....
האלאו!!!.... האלאו!!!.... האלאו!!!.... האלאו!!!....
האלאו!!!.... האלאו!!!.... האלאו!!!.... האלאו!!!....

האלאו אהער, האלאו אהין, האלאו ארויף, האלאו אראפ. האלאו געמיר דעם סידור, האלאו רוק דיך, האלאו לאמיך עפעס נעמען פונעם קעסטל, האלאו נאדיר א באקס איך וויל פשוט דורכגיין, האלאו איך שטיפ מיך אריבער ווייל איך וויל 'כאפן' די לעצטע קוקי פון תיקון, האלאו איך וויל נעמען א דיים פון אונטער דעם שכן'ס תפילין בייטל..... האלאו! האלאו! און האלאו!!.....

דו בחור דו טחור דו פארשטינקן טראפל וואס ביסטע,
נעקסטיים לאז איבער אין ישיבה דיין פיטעם'דיגע גיסטע,
שטיפ נישט, זעץ נישט, רוק נישט אהער און אהין,
גיי דיר אהיים דו פץ, האסט דען שוין געענדיגט ליינען די פארזעצונג אין 'די בולעטין'?

איך קום ביינאכט אין שול, קוים וואס איך יאג אן, ס'איז שוין דער זעכציג און איך זוך א מנין מנחה עמוירדזשענסי, איך פאלאו די סיינס, ווען מען דאוונט וואו, מעריב דאוונט מען דאך נאר אויף איין פלאץ אזוי פרי, קוים איך דעריאג זיך צום 'צוואנציג צו'עדיגער שטיבל....

האלאו!!!.... האלאו!!!.... האלאו!!!.... האלאו!!!....
בעריב בעריב!... ב'גייט דא דאווענען בעריב!... דער קליינער שמענדריק מיט זיין גרופע לבטלה'לעך זענען אין א געיאגעניש, בעריב בעריב!... למען השם, נישט מער און נישט ווייניגער.... דו סרחן! אינמיטן יאר ביסטו נאך יעצט אינמיטן נאכט שיעור! וואו איז דיין געיעג וואו?!... געוואלד! איך וויל א מנין מנחה!!.....

דו בחור דו טחור דו פארשטינקן טראפל וואס ביסטע,
נעקסטיים לאז איבער אין ישיבה דיין פיטעם'דיגע גיסטע,
בעריב אין קאפ אריין, טו מיר נישט מיין שול אינוואדירן,
תבא אמו ותקנח, גיי אהיים טו דיין מאמען סוקירן!

ראטעוועעעעעעעעעעעעעט!!!!....

מיין מח ציפט! עס נאגט עס רייסט! וואו איך גיי און וואו איך שטיי, איבעראל האלאו!!!.... האלאו!!!.... האלאו!!!.... האלאו!!!....

געוואאאאאאאאאאאאאאאלד!!!...

לאמיך שלאפן! לאמיך עסן! לאמיך לערנען! לאמיך דאווענען! לאמיך לעבן! לאמיך אטעמען!....

האאאאאאאאאלללללללללאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאו!!!!!!.... האאאאאאאאאלללללללללאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאו!!!!!!....האאאאאאאאאלללללללללאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאו!!!!!!.... האאאאאאאאאלללללללללאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאו!!!!!!....

איצט איז שוין זייער פארשטענדליך..... אטא טאקע פון זיי רעד איך ווען איך זאג:

...
אבער וואס מען האט פרובירט האט נישט געהאלפן, וויפיל מען האט עס געוואשן איז עס געבליבן עפעס קלעביג, וואו אימער מען האט עס פרובירט צו פלאצירן האט זיך עס עפעס קיינמאל נישט געהאלטן, אינערגעץ האט עס נישט געהעריג אריינגעפיט, אלץ איז עס למעשה געבליבן אונטער די פיס. דעריבער איז געבליבן אז מען זאל נעמען דאס גאנצע באנדל און אריינלייגן אין א גרויסע גארבידזש בעג, און מען זאל דעם גאנצן בעג ארויפלייגן אויפן בוידעם ביז נאך פסח, און אזוי וועט זיין מנוחה ושלוה...