מסכת יענטאאש

מיינע ארטיקלען, בויך דריקענישן, דרשות און געדאנקען

שלום עליכם אידן, ברוכים הבאים

געשיקט דורך Yentash בSunday, June 25, 2006-2:58 PM
א גוטן אייך טייערע אידן, און שלום עליכם.

קודם כל א יישר כח פארן קומען באזוכן מיין קרעמל, איך האף אייך צו מהנה זיין אלע וויילע מיט ארטיקלען און דרשה'לעך אויף פארשידענע טעמעס, און איך האף אז איר וועט הנאה האבן.

איין בקשה האב איך נאר, אויב איז דא צווישן אייך עמיצער וואס קען מיך ארויסהעלפן וויאזוי זיך צו באגיין דא מיטן אויסשטעל און מיט די סעטינגס וכדומה וואלט איך אייך זייער דאנקבאר געווען.

עניוועי, א גרויסן יישר כח נאכאמאל און איך האף אז איר וועט עווענטועל הנאה האבן אז איר האט דא אריינשפאצירט.

לכבוד מיין נערווירנדער שול שכן.....

געשיקט דורך Yentash ב-2:55 PM
לכבוד מיין נערווירנדער שול שכן וואלף חיים זמג"ז (זאלסט מיר געבענטשט זיין):שוין א לענגערע צייט וואס איך וויל זיך צו דיר ווענדן מיט עטליכע קליינע בקשות, דאס הייסט אויסער די גרויסע הויפט בקשה פון 'טראג זיך אפ פון מיין געגנווארט' וואס איך וועל דיך נאכנישט איצט פרעזענטירן, האב איך עטליכענע קליינע בקשה'כלעך.א: טו'זשע מיר א גענאדע, איך ווייס אז דו הערסט אויס 'סעווען סעווענדי' אין די קאר יעדן צופרי ווען די טרינקסט דיין שטארק-ברוינע קאווע (וועלכע פאראורזאכט א שיינער חלק פון דער גערוך-געמישאכץ וואס דיין מויל דומפירט), אבער מיט דעם אלעם בעט איך דיך זייער, איך קען אויסווארטן די נייעס ביז יאהו וועט עס מיך פארציילן ווען איך קום אן די ארבעט, איך באדארף נישט דערפאר דו זאלסט זיך מיר איבערבייגן איבערן אויער בעת איך דריי מיר ארויך די תפילין של יד, און איך זאל זיין אויסגעשטעלט צו די ווארימקייט פון דיינע נאזלעכער, בענעזאם מיט די גערוך פון דיינע אומ'געפיצטע ציינער, און די שטעכן פון דיינע ווילד-לאנג-באוואקסענע שנויצן.ב: ס'איז אמת און וואר אז די דעמאקראטן זענען גרויסע לוזער'ס, און איך וועל אפילו צו דיר מודה זיין אז 'קורטיס סליווא' זאגט אסאך מאל גאנץ גוט, אבער דאס מאכט מיך נאכנישט מסכים זיין אז דו זאלסט מיר איבערזאגן זיין צופרי'עדיגן וויץ אויפן חשבון פון די דעמקראטן און דערביי מיך ארומנעמען ביים האלץ מיט דיין פיל-האריגע האנט וועלכע טראגט אויף זיך דעם ארויפגעקראזלטן געלן העמעד לאכנדיג דערביי און אויסרופנדיג 'יענטאאש נעם עס נישט אזוי ערנסט דו ווייסט אז איך וויל דיך נאר טשעפענען'. גלייב מיר אז נישט די פאליטיק מאכט אן דער פאראיבל'נדער מינע אויף מיין געזיכט, עס איז די גערוך פון אונטרע דיינע דיקע ארעמעס.ג: שכן זיסער, איך וועל דיך שוין אפילו מוחל זיין אויף דעם וואס דו האסט געזאגט מיין בעל הבית ווען ער האט געטראכט פון מיך הייערן אז 'יא יענטאאש, ער'ז'מיר א גוטער פריינד', און דאס האט אים געמאכט טראכטן נאך צוויי וואכן צו ער זאל מיך טאקע אויפנעמען. אבער דאס איז דיך לגמרי נישט מתיר צו נוצן מיין טלית ותפילין ווען דו פארגעסט דיינע צוקנייטשטע זונטאג אינדערפרי אין שטוב. פארגעס פונעם פאקט אז דו לייגסט עס נישט צוזאם ווייל 'סייווי גייט עס יענטאאש מארגן אויך צוריקעפענען צו נוצן'. אבער אפילו ווען נישט דאס, שוויץ איך דען נישט גענוג פאר מיר אז איך זאל נאך דארפן שפירן דיינע ריסייקל'טע אויף מיין טלית? און צו בין איך טאקע מחיוב צו האבן מחשבות זרות אויפצומארגנס ווען איך טו אן די תפילין של ראש זעענדיג אין מיין פאנטאזיע ווי מיינע בתים גריבלען זיך אריין אין דיינע פעטע גרויסע האר פון דיין קלעפיגן קאפ?.ד: און אויך יא...... די ברוינפן וואס איך האב מיך אנגעגרייט ביים לחיים.... ניין איך לאז דיך נישט טרינקען דערפון אביסל, אפילו נאר צו צוצקען מיט די צינג און זאגן נאכער 'הממממ.... גאנץ א פיינער ברוינפן, מעג נאר זיין אביסל ווייניגער זיס'....ווי געזאגט זענען דאס נאר עטליכע קליינע בקשה'לעך, די ליסטע איז נאך אסאך גרעסער און ברייטער פון דיין גערוך'פולן קרעפער.מיט האפענונג, יענטאאש.

עס די פאפקארן און גיי!!

געשיקט דורך Yentash ב-1:24 PM
ס'איז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו זיין אויף א בר מצוה, און איך האב זיך באגעגנט מיט דעם באקאנטן טראדיציע פון ווייסעך ווי אלט שוין, אז די חברים פונעם בר מצוה בחור קומען זינגען (לייען: קוויטשען) לכבוד דעם קליינעם בן שלשה עשר'ניק, וואס אלץ וואס ער ווייסט און וואס עס אינטערעסירט אים איצט איז זיין נייער תפילין בייטל מיט די קרוינדלעך, דימאנטן, און טויערן.

פארוואס פאר א גוט יאר די קליינע צוועלף-דרייצן יעריגע שטינקערלעך באדארפן קומען מהנה זיין די אנוועזנדע מיט אףף-טאניגע ניגונים און זיי פארלעכערן די אויערן ווייס איך נישט, דאס איז גראדע איינע פון מיינע פילצאליגע קשיות אויף טראדיציאנאלע מנהגים וואס איך פארמאג, אבער איך ווייס אז מיינע געשרייען וועלן נישט מבטל זיין די דאזיגע מנהגים וועלכע זענען שוין איינגעבויערט אזוי אין היימישן לעבנסשטייגער ווי דאס ווארצל העכערן זיידנס אויגן. אבער פארט האבן די אויער-לעכערדיגע זינגערייען און קוויטשערייען מיך באוואויגן צו הייבן דאס פענע און ארפשרייבן מיינע מעמוארן פון די דאזיגע בר מצוה, און אירע באטייליגטע שתי שערות'דיגע זיבעלעך.

איך בין אנגעקומען גאנץ פרי אויף דער בר מצוה, און איך בין זיך פארגאנגען אין א שטיקל שמועס מיט מיין קליינעם שעמעוודיגן שוואגער וואס כמעט וואס ער רעדט צו מיר, קוים וואס ער רעדט בכלל. ווען ער וויל בעטן אן עפל ביי די שוויגער אין שטוב רופט ער ארויס דערפאר ס'ווייב ביז א זייטיגן שטובל. אבער איצט אז מיר האבן זיך געטראפן פנים אל פנים אין א ליידיגן זאל מיט טישן וואס די ערלים האבן שוין אנגעגרייט נאך פון פארמיטאג מיט שוין-איצט פארשטויבטע קענטעלאופס און טשעריס מיט א טוט-פיק דערויף, האבן מיר נישט געהאט קיין ברירה און מיר האבן זיך געמוזט זעצן איינס קעגן ס'אנדערע און איבערגיין די וויכטיגע זאכן העומדים על הפרק ווי דער וועטער, נאכאמאל דער וועטער, און נאכאמאל דער וועטער.

מיר האבן ביידע מסכים געווען אז עס איז שטארק קאלט דערויסן. ווי אויך האבן מיר ביידע מסכים געווען אז נעכטן איז אויך געווען קאלט אבער פארט ווארימער ווי היינט. מיר האבן אויך ביידע אנערקענט אז טראץ וואס די פארגאנגענע וואך האבן שוין די וועטער עקספערטן פארגעזאגט א פראסט, דאך האבן מיר נישט געהאלטן אז עס וועט זיין 'אזוי' קאלט, און אויך האבן מיר ביידע בענעזאם געהאפט אז קומענדיגע וואך וועט שוין נישט זיין אזוי קאלט. דערנאך זענען מיר ביידע געזעצן און געגלאצט אויפן טיש דערביי שפילנדיג זיך מיטן גאפל און פארמענדיג פארשידנס מיט די קליינע אפוויש טישטיכלעך.

מיר האבן שוין אט געהאלטן ביים ווידערהאולן אז די קעלט אינדערויסן איז געפערליך, אבער מיטאמאל האבן זיך די טירן צעעפנט און ווי די פרעש אין מצרים האבן זי א יאווע אריין געגעבן א צוויי צענדליג זיבעלעך טייל מיט הוטן, טייל נאך מיט די ברוינע קאפלען, אבער אלע מיט מאראסטיגע שיכן. אלע לויפן זיי אריין מיט א ווילד-לאכיגע שטימונג וואס ווייזט אויף א נארוואס אפגעהאלטענע פייט אויפן באס איבער די ערשטע זיץ. און נאך איידער די זיצערס זענען געהעריג פלאצירט אויף די בענקלען איז שוין נישט פארבליבן קיין זכר פון די טעפלען פאפקארן, פאטעיטא שטיפס, און פרעצל. פארבליבן איז נאר ליידיגע נעבאכדיגע באטלען פון אויסגעניצטע קאלער סאדע, אויליגע שיסלען פון טשיפס, א טוץ צעקראכטע פלעסטיק קאפס, און רעשטלעך צוטראטענע עסנווארג ביי די זייטן פון טיש און אונטער די בענקלעך.

דער טיש זעלבסט קוקט אויס פארארימט און צעווארפן ווי לואיזיזאנא נאכן חורבן קאטרינא. עס זעען זיך בלויז אן צוויי פארשעמטע באטלען סעלצער וועלכע שטארצן ארויס ווי די טווין טאוערס איבער מאנהעטן בעפאר די פאנאטע אראבישע טיכלעך האבן איר געמאכט פאר א קרבן זייער צודרייטע רעליגיע.

איך גיב אזוי א קוק אויף די קליינע בחור'לעך וואס די אויבער חא'חכמ'ישקייט רינט זיי פון די זייטן, און איך דערמאן זיך פון יענע צייטן. ס'איז אינטערעסאנט נאר צו זען ווי גארנישט טוישט זיך כמעט, אבי מען זאגט אז די דורות בייטן זיך.

אלע קוקן זיי אויס ווי מען האט אויסגעזען ביי אונזערע צייטן. די באלי'דיגע פארקנייטשטע הוטן ביז איבער די נעזער, די פיאות צעשויבערט באדעקנדיג די רויטע באקן און אויערן, אויך באצירנדיג די קליינע פנימ'ער איז א שיפע אפגעריבענע 'גלעזער' מערסטנסטייל מיט א צעבראכענע הענטל צוגעקלעבט מיט 'סקאטש טעיפ', און א געל-צייניגער שמייכל וואס שטאמט פון זיבלעריי אויפן העכסטן פארנעם.

הכל בכל מכל זעט זיך אן ארום דרייצן יעריגער בר מצוה בחור וועמען ס'קול קוויטשט אים נאך, דאס שכל איז אים נאך אונטער די דרייצן. אבער האלטן האלט ער זיך גרעסער פון עוג מלך הבשן, און קלוגער פון שלמה המלך. אזוי ארום פארמענדיג א זיבעלע פון די ערשטע קלאס וואס נערווירט אלעמען. די פעטערס און שוואגערס ווען ער זעצט צו זיך ביי די שמחות אויף זייער טיש קוקנדיג מיט זיין קליין קעפל און שיפן היט אויף ארויף רעדנדיג ווען מען ברויך צו שווייגן און לאכנדיג הויך ווען מען ברויך צו שמייכלען שטיל. אזוי אויך אין שול, דערגייט ער די נערוון יעדן מתפלל חוץ דעם גליקליכן פאטער. סיי ווען ער כאפט דאס ברעטל צו מנחה בעפאר א חיוב, און סיי ווען ער לויפט און שטיפט זיך אדורך יעדן שטויסנדיג דערביי די פיסן ווען ער וויל אנקומען צום קאווע שטיבל שנעלער. אין די מקוה לאזט ער אויך נישט במנוחה, אינעם שויער קראצט ער זיך ווי א גדול, אויפפירן פירט ער זיך ווי א קטן, אבער דער עיקר איז אז ער פארמאגט א ריזן פעקל מיט זייף, שעמפאו, און למען השם 'דעאודערנט' ווי א גאנצער מפונק, אמער, ער איז דאך א 'בחור'.

עניוועי, צוריק צום בר מצוה, האבן די חברה שוין איינגעהאנדלט עפעס א מיקראפאן און הויכהילכער, וועלכער איז נאר פארהאנען אין זאל צוליב דעם וואס עס ווערט באניצט אלס אן 'עס זאל' במשכ'ן טאג. אבער די קליינע ווילן נישט וויסן פון גארנישט, מ'מוז דאך הערן זייער נגינה הויך, צו וואס זאל דער פעטער ביים אנדערן עק זאל פארבלייבן מיט די אויערן, ער מוז דאך הערן די הארציגע נגינה, ווער רעדט נאך פונעם 'סאלאו'.

מען הייבט אן מיט 'סימן טוב', אריין קיין 'ואמר' ביז 'וידעו' און אזוי ווייטער, און דערנאך נאך א לאנגע דעבאטע פון די אנפירערס אויב עס וועט געלונגען, גייט מען אריבער צו א הארציגן 'רחם', אפזינגענדיג עס שנעלער ווי דער צודרייטער 'מתתיהו' זינגט זיין 'קינג וויטאוט היס קראון', בעת איינער מאכט נאך "פינקי" דער צווייטער "שמעלצער'ן" דער דריטער "קארליבאכ'ן" דער פערטער "בן דוד", און די באטייליגטע ביי די שמחה פרובירן אנצוהאלטן זייער שמועס אריבער די פארטייבנדע קולות און צעפיפענע אויערן.

זייער פיין און וואויל אז זיי קומען זיך באטייליגן ביי די שמחה פונעם חבר אויף וועם זיי האבן נאך יענם אינדערפרי אויסגעגאסן וועיטשטעיבל סעלעד ביי פרישטאג 'פאר א דזשאוק', אבער צו וואס דאס קוויטש-זינגעריי??. חברים פונעם חתן קומען אויך צו די חתונה און זיי זינגען נישט, איך גיי טעגליך צו וואכנאכטס און איך זינג נישט, אפשר ביי קידושים און זכרים זאלן אויך די חברים באדארפן זינגען?!!!

ווילסט קומען קום, אבער זינג נישט און קוויטש נישט 'עס די פאפקארן און גיי!!!!!!'

איעדער שמויגער, פאר זיך טויג ער.....

געשיקט דורך Yentash ב-1:23 PM
נישט לאג צוריק אין א שבת נאכמיטאג זיצענדיג איבער א טעללער פיינעפל און ליינענדיג א צייטונג, האב איך באגעגנט א מעלדונג פון א די -לאמיר זיי דא אנרופן- 'פאשאכאווער מוסדות', ווי זיי אנאנסירן אז זייער יערליכער דינער וועט פארקומען יענעם און יענעם מוצאי שבת, אין יענעם און יענעם 'באולם', און זייער אורח הכבוד וועט זיין עמיצער -לאמיר אים אנרופן- 'הרבני הנגיד המפורסם ר' בונם פעפערקארן הי"ו'.

איך רייב זיך די אויגן איינמאל און נאכאמאל, צו זע איך גוט? בונם?! בונם פעפערקארן??!!, וואס?!!!.

איך קען דאך דעם בונם'ען פון חדר נאך, געווען א לאצי, געווען יעדנס פאפי, וועמען ס'האט זיך געגלוסט פון איינעם צו טרייבן שפאס איז ער געווען דער אדרעס. ווען אימער ס'האט געשטינקען איז ער געווען דער בלאזער. ווען אימער מ'האט געוואלט עמיצן באשולדיגן ביים מלמד איז ער געווען דער קרבן. אלעמאל געווען דער 'גנב' ביי 'פליס גנבים', און 'איט' ביי 'באהאלטן'....

קיינער האט לעבן אים נישט געוואלט זיצן אויפן באס. קיינער האט מיט אים נישט געוואלט לערנען בחברותא. קיינער האט מיט אים נישט געוואלט שפילן. שטענדיג איז ער געזעצן אפגעזונדערט פון אלע און גערעדט צו זיך אליינס דראמענדיג מיט די הענט אויף א טיש ביים קארנער.

געגאנגען איז ער שטענדיג אנגעטאן מיט א הויז וואס איז געעווען ברוינליך שמוציג פון אונטן און וואס האט געהאט א צעריסענער זיפער צוזאמגעהאלטן מיט א סעיפטי פין. די הויז האט זיך געהאלטן מיט לויזע הויזן טרעגער, און ער האט געטראגן אן אפגעריבענער העמד אין וועמענס טאש עס איז געלעגן אן אלטער 'מעמאו פעד' און א 'שליסל האלטער' וואס ער האט גע'ירש'נט פונעם עלטערן ברידער.

אפילו דער מלמד -אפגעזען פון די פילע דרשות וואס ער האט געהאלטן פון רבי עקיבא און זיינע תלמידים וועלכע זענען אוועק וועגן טשעפען- האט זיך אויך כסדר אויסגעגעבן אויף דעם אומשולדיגן רחמנות פון חדר, ביי יעדן פארהער, יעדן זונטאג, און סתם אזוי א פארוואלקנטער טאג, אלץ האט ער געכאפט מכות מיט א תירוץ פארן באבע'ס קאץ אדער ניטאמאל דאס, בעת אלע איגלעך האבן זיך געהאלטן ביי די זייטן וויאזוי דער רבי וועמען זיי האבן אזוי פיינט געהאט טרייבט ליצנות פון דעם 'חדר קנעכט'.....

זיין שווארץ מזל האט אים ווייטער באגלייט אין די ישיבה יארן.

געווען דער ציל ברעט יעדן שבת זכור בפני כל הקהל. אויב האט ער פרובירט האבן א מיינונג איבער א נושא האט עס אים געקאסט צרות פאר א וואך. אויב האט ער פרובירט זאגן א וויץ האט עס אים געקאסט צרות פאר צוויי וואכן. אלץ האט מען אים באשולדיגט אלס דער מסור קעצל, און ווידעראום ביים מנהל האט מען אים גאר באשולדיגט אין די בארדעריי.

אז האט ער געוואלט זיצן אויף א טיש ביי פרישטאג האט ער געברויכט ברענגען די מילך, ברויט, פעפער, זאלץ, קארן פלעקס, און אויך זיין גרייט צו כאפן די וויצן אויף זיין חשבון נישט נאר בפה, נאר אויך אויב האט איינער געוואלט מאכן א יסורימ'דיגער וויץ ווי צב"ש אריינלייגן זאלץ פאר עמיצן אין די 'סיריעל מיט מילך' אדער אין די קאווע, איז ער געווען דער קרבן, און אויב האט ער געוואוסט וואס עס איז גוט פאר אים האט ער נאך געברויכט מיטלאכן אויכעט אדער עס וואלט אים געקאסט אסאך טייערער דער שפיל, ווייל ער איז א 'בעיבי' וואס פארשטייט נישט און פארנעמט נישט קיין דזשאוק...

אין די גרויסע ישיבה איז אים קיין סאך בעסער נישט געווארן, אפילו דער מגי"ש האט אים גערודפט ווייל מ'שטיינס געזאגט ער איז א פארדארבענער אינג. די טיען עידזשערס האבן זיך נישט געוואלט חבר'ן מיט אים ווייל עס וועט זיי שאטן צו שידוכים. אויף אים איז געווען מותר צו זאגן שלעכטע אינפארמעישאן ווייל..... עם...... כ'ווייס אליין נישט אבער מ'מעג...., אין דער ענדע האט ער חתונה געהאט מיט עמיצן פון ווייסעך וואו, און מער האב איך נישט געהערט פון אים.

דעריבער פארשטייט איר טאקע אליין פארוואס איך בין אזוי אויפגעשפרינגען ווען כ'האב געזען אז דער בונם-שמונם איז גאר אן 'אורח הכבוד' היינט צוטאג, נע -האב איך געטראכט- ס'איז זיכער נישט ער, ס'איז מן הסתם א צווייטער.

זונטאג מיטאג האב איך אבער באקומען א פריוואטער טעלעפאון רוף פון הרעבאני הנגיד ר' בונמ'ן אליינס, און ער האט מיר געזאגט קלאר און דייטליך אז יא, ער איז 'אורח הכבוד' ביי יענעם דינער, און ער לאדענט מיך פערזענליך..... שוין נו וואס איז שייך רעדן... העמיר גיין צום דינער...

איך זיץ דארט ביים דינער, יא, דארט אויבן אן זיצט ער דארט דער -שוין היינט צוטאג- 'ערעב בונם זאל זיין געזונט' און שמייכלט. כ'באטראכט אים אזוי, פון ס'ראץ אונטערן נאז איז נישט געבליבן קיין זכר, אויף זיין פלאץ איז דא היינט א שיין געשטיצטן שנויצל, וועלכער ציט זיך שיין אראפ ביז אונטערן פיסקל פארמענדיג א שיין גביר'יש בערדל. דארט וואו עס איז אמאל געווען דער באלי-היט וואס יעדער האט געמעגט צעקראכן איז היינט צוטאג דא א שיינעם גראדן היט מיט געבויגענע זייטן. אויפן פלאץ פון די אמאליגע לויזע הויזן טרעגער איז היינט דא א הערליך געפאסטן טייערן גע'קעסטל'טן רעקל. און אויפן פלאץ פון די פארדזשאוועטע פוירפל העמעד איז היינט דא א שיינעם 'ווייט אן ווייט' גע'סטארטש'טן העמד מיט קאפלינגס ביי די הענטלעך....

געענדיגט מיט דעם לאצי בונם.... היינט איז דא אן 'הארעבאני האנאגיד ערעב בונעם זאל זיין געזונט' וועמען אלע אדמורים רבנים און דרשנים ביים דינער פרובירן איבערשטייגן איינער דעם אנדערן ביי די דרשות מיט שבחים, אז איינער זאגט 'הוידל' זאגט דער צווייטער 'בוידל'. אז איינער זאגט 'הוא גופיה צורבא' זאגט דער אנדערער 'תורה וגדולה במקום אחד'. אז איינער פארטייטשט אויף אים א 'סיפורי צדיקים' פארטייטשט דער צווייטער א מדרש, און דער דריטער א פסוק חומש, און דער פערטער א זוהר..... און בונם??? ער שמייכלט מיט עניוות מעשה נגיד.......

ער אליין האלט אויך א דרשה, ער פארמאגט שוין נישט דעם פארשטאפטן נאז, און אויך נישט דעם אונטערן נאז'ישער קול, ער רעדט פעסט און קאנפידענט, ער זאגט תורות, גמרות, מדרשים, מיינונגען אין חינוך, שלום בית, פארציילט סיפורים און זאגט ווערטלעך. און דער גאנער עולם מיטן אויבן אן בראש שמייכלט ווען ער וויל מ'זאל שמייכלען, שאקלט צו מיט איינשטימונג ווען ער וויל מ'זאל איינשטימען, קרעכצט ווען ער וויל מ'זאל קרעכצן, און דערנאך באווארפט מען אים מיט 'שכח'ס' ווען ער איז פארטיג אויף די העכסטע טענער, און מען שמועסט נאך אפילו איבער די דרשה מיט אים נאכדעם....

יעצט ווער איך געוואויר אז ער איז גאר פון די ראשי הקהילה, פון די הנהלת המוסדות רוחניות און גשמיות, ער נעמט קעיר פון אלע ערליי מצוות און עבירות, ער איז פון די קאמיטעען איבעראל, און ער איז גאר א תלמוד חכם אויך פאר גאד סעיקס....

יא, וויאזוי זאגט שמעלצער:

איעדער שמויגער, פאר זיך טויג ער, ווען עס קומט צו געלט.....

דער ניגון: 'אברהמ'לע מלמד

געשיקט דורך Yentash ב-1:21 PM
אברהמ'עלע מלמד ליגט אין שניי, אוי וויי געב מיך טיי, די טיי איז ביטער, געמעך צוקער, די ציקער איז זיס, לעק דיין פיס, די פיס איז נאס, גיי אין גאס, אין גאס האב איך מורא, לערן תורה, די תורה איז הייליג, עס בייליג, די בייליג איז פארדארבן, המן איז געשטארבן, יעקב אבינו איז געבוירן........ איימסארי, אבער אויף דעם ניגון האב איך א מיליארד קשיות און פירכות, לאמיר גיין פאוואליע, וואס האט דא פאסירט?: דער ר' 'אברהמ'עלע מלמד' דער ליגט נעבעך אין שניי...., מ'העמיר יעצט נישט אריינגיין אין דעם ווער עס האט אים דארט אריינגעווארפן, דער מציאות איז אז ער ליגט אין שניי, יא?, אקעי, יעצט איז דאך לכאורה פארשטענדליך דער 'אוי וויי געב מיך טיי', פשוט, עס איז אים ביטערליך קאלט, ער ליגט פארפרוירן אין שניי שרייט ער 'אוי וויי' און ער בעט זיך 'געב מיך טיי', פיין. אבער העי איין מינוט! וואסארא טיי אין קאפ אריין? נעמטס אים ארויס פון דארט און פארטיג ניין?!!!, נאכדעם אז איר ווילט אים דערווארעמען אביסל פונעם פראסט דאן קענט איר אים דערלאנגען א הייסן טיי אבער 'פוירסט טינגס פוירסט' זעטס אים ארויס פונעם שניי!!...., אקעי אז עטס זענטס אכזרים און איר ווילט אים נישט ארויסנעמען עטליעסט גיב אים כאטש דעם טיי!!!!.... ניין, הייבן זע אן ארומדרייען מיט די צונג 'עה כ'ווייס... די טיי איז ביטער.... בלא בלא בלא' פאר א גוט יאר וואסארא תירוץ אין קאפ אריין איז דאס?!!!!.... ער בעט זיך ווי א גזלן גיב מיך טיי!!! גיב אים שוין דעם טיי און פערטיג!!!..... נו שוין ער דער 'אברהמ'עלע' נעבעך וויל דאך נישט אריינגיין אין קיינע וויכוחים יעצט, ס'איז אים דאך ביטער קאלט.... גיבט ער נאך, 'נו שוין... אז ס'איז ביטער נו 'געמיר צוקער'...., העעע... קומען זע מיט א גאנצע טענה 'די צוקער איז זיס.....' איר הערט א גערעדעכץ? ס'איז זיס!!.... נו וואדע איז עס זיס דאס איז דאך דע חכמה!!!! צו מאכן זיס די ביטערע טיי!!.... זע לאזן נישט נאך די רשעים זיי מאכן אים נאך צו שפאט און הייסן אים 'לעק דיין פוס'....... וואסארא אכזרים!!!!!!!...... דער אברהמ'עלע ליגט נעבעך דארט אזוי אין די שניי, די ציינער קלאפן זיך אים איינע דאס אנדערע, די נאז רינט אים ווי א קוואל, ער היסט ביטערליך, ער פרירט פאר קעלט... נו זאל ער זיך גיין איינרייסן מיט די חברה??.... גיבט ער זע נאך און זאגטסע 'ההמממ... אנטשולדיגט... די פיס איז נאס.....', דעי חברה גייען ווייטער אן מיט די רציחה.... 'גיי אין גאס!!!' שרייען זע אים.... איר הערט??, איין מינוט קודם כל... ער איז דאך יעצט אין גאס ניין??!!... און אפילו ווען נישט אזוי ענטפערט מען??!!!.... דער אברהמ'עלע זעט דאך אז ער האט נישט קיין ברירה שפילט ער מיט און זאגט מיט א צובראכן קול 'אין גאס האבעך מורא...., קומען זיי אן מיט א טענה 'לערן תורה...!!!...', איר הערט א חוצפה! די קליינע ראצערלעך די לאבאווצעס גייען זאגן דעם תלמיד חכם ר' אברהמ'עלע'ן דעם מלמד נישט מער און נישט ווייניגער ווי 'לערן תורה'...., נו שוין ענפערט ער צובראכן 'די תורה איז הייליג'..., גראדע דאסמאל פארשטיי איך נישט אביסל דעם ר' אברהמ'עלע'ן, ווער זאגט אז די תורה איז נישט הייליג? און אז ס'איז הייליג איז וואס? קען מען איר נישט לערנען אין די שניי? די תורה ווארעמט דאך אן?, נו שוין אבער קען מען דען פרעגן קשיות אויף אים ווען ער ליגט נעבעך געפרוירן אין די שניי און די חברה ליצים מאכן דאס גענאר פון אים....., אבער הערט וואס די רשעים ענטפערן אים 'עס בייליג...', סתם רשעות אן קיין פשט... און נאך מער!!!.... אפשר ברענגט איר אים א שטיקל פיינע ווארעמע בייליג??!!!!...דאס פאלט אייך שוין נישט איין הא??!!!.... עניוועי דא ווערט שוין דער שמועס סתם אין די וועלט אריין פארדארבן, געשטארבן, געבוירן, אהין און צוריק..... אבער וואס איז געווארן פון דעם ר' אברהמ'עלע נעבעך?????.....

וועסט זיך נאך בענקען צו די יונגע יארן…..

געשיקט דורך Yentash ב-1:20 PM
אזוי האט מיר מיין מאמע געזאגט בעת זי האט איינגעזאפט מיט א טישו די פילע שנירלעך טרערן וועלכע האבן אראפגערינען מיט א רחמנות אויף מיינע גלאנציגע יונגע בעקעלעך ווען איך האב געוויינט פארוואס איך בין נאך צו קליין צו גיין צו מיין צווייטע קאזינס חתונה. אזוי האט מיר מיין טאטע געזאגט בעת ער האט שטארק געדריקט מיין האנט גייענדיג אויפן וועג צום שול פרייטאג צונאכטס ווען איך האב גענודזשעט פארוואס איך בין נאך צו קליין צו קראסן אליין די סטריט. אזוי האט מיר מיין זיידע געזאגט מיט זיין שליימיגן קול בעת ער איז געזעצן אויף די טאראסע אנגעטאן אין זיין בלויען סוועטער און איינגעהילט אין זיין גרויען שאל טרינקענדיג א הייסע טיי מיט לימענע אין א פיר און ניינציג דעגרי וועטער צובייסענדיג א קאצקע ציקער. אזוי האט מיר מיין באבע געזאגט בעת זי האט מיט איר צידערדיגע האנט מיך פרובירט צו פיטערן די רעשטעלעך פאשיט און לאנגע -טאמעיטא סאוס- לאקשן וועלכע איך האב נישט געוואלט אויפעסן פאר נאכטמאל וויינענדיג אז די גרויסע קינדער צווינגט מען נישט צו אויפעסן. אזוי האט מיך מיין מלמד געזאגט בעת מיינע רויע בעקעלעך זענען געלעגן צעדריקט צווישן זיינע הארט-הויטיגע פינגער ווען ער האט מיך געציפט מיט א כלומר'שטע ליבשאפט. אזוי האט מיך מיין מנהל געזאגט מיט אן אריינרוימנדע שטילע שטימע אריינאטעמענדיג מיט זיין פון-קנאבל-שטינקפולע מויל גלייך אין מיין יונג אומשולדיג פיסקל. היינט, יארן נאך די חתונה מיט עטליכע קינדער אין די זייט מוז איך אייך זאגן טייערע עלטערן און מחנכים: גרויסע שטותים האט עטס גערעדט!, ווער בענקען? ווי בענקען? וואס בענקען?, איר האלט טאקע אז איך בענק מיך צוריק צו די צייטן ווען מיינע הענט זענען צעציפט געווארן בין דרימל לדרימל פון מיין טאטן פרייטאג צונאכטס אין שול?. איר האלט טאקע אז איך בענק זיך צוריק צו די צייטן ווען איך האב נאר באקומען אן אייסעס פון מיין מאמען בימי טהרה?. איר האלט טאקע אז איך בענק זיך צו די צייטן ווען מיין זיצער איז בלוי געווארן אונטער די רשעות'דיגע קאנטשיק פון מיין פארשאלטענעם מלמד?. איר האלט טאקע אז איך בענק זיך צוריק צו די צייטן ווען איך האב געמוזט לערנען שבת נאכמיטאג חומש מיט מיין זיידן?. יא אמת, ס'איז דא פארשידענע פריוויליגיעס וואס נאר א יונגל האט, איך למשל וועל קיינמאל מער נישט קענען פליען מיט א סקוטער אויף די סיידוואלק מיט א קוויטשענדע 'לעאו.....!! לעאו.....!! וויעאו.....!!'. איך למשל וועל קיינמאל מער נישט קענען זיך אראפשטעלן פארנט פון א 'פאני טאטע' און אריינקוקן אים מיט א צעעפנטע מויל גראד אין פנים אריין אזש איך זאל קענען ציילן די הארלעך פון זיין נאז. איך למשל וועל קיינמאל מער נישט קענען -אפגעזען ווי ווייניג נערוון איך זאל נאר האבן צו דאווענען- שפילן 'באהאלטן' און 'רעד לייט גרין לייט וואן טו טרי' אין שול. איך למשל וועל קיינמאל מער נישט קענען -אפגעזען ווי שטארק איך זאל נאר דארפן- 'לויפן' אין טוילעט מיט א שנעלקייט אנכאפנדיג זיך באותו מקום עס זאל נישט ארויסרינען. אבער פון די אנדערע זייט האב איך דען 'אזא תאווה' למשל צו האלטן פעסט א צעקנייטשטן סענדוויטש בעג אנגעפילט מיט צעמאלענע זאלציגע פאטעיטא סטיקס און צעברעקלטע זיסע טשאקלאד וועיפערס?. וויל איך דען אזוי שטארק אריינוואקן אין ביהמ"ד פרייטאג צונאכטס מיט 'לעמאנעיד פיאות'?. האב איך דען אזא תשוקה צו שרייען 'גויאאץ' פאר דעם שחור פון די מקוה?.......

היינט אין ביהמ"ד ביי שחרית האט ביי מיין מנין געדאוונט פארן עמוד א קליין פערצן יעריג בחור'ל. בשעת ער האט מיט זיין קוויטשיגן כפרה קול שרייענדיג 'גאדע קאדעשיי ראבאהההא!!' אויפן העכסטן טאן צעלעכערט מיינע אויערן, האב איך אים אביסל באטראכט, און איך האב ווידעראמאל פעסטגעשטעלט אז די באבע מעשה מיט די 'בענקעריי צו די יונגע יארן' איז 'סתם אין די וועלט אריין גערעדט'.... צו האלט איר טאקע אז איך בענק זיך ערנסט צו די יארן ווען מען האט אויף מיין צעקוועטשטע האלב צעריסענע ווי-א-באלי-אויסקוקנדע הוט געקענט דערקענען וואס מען האט געגעבן אין פיעוטים פאר פרישטאג די לעצטע האלב יאר??. צו מיינט איר טאקע אז איך בענק זיך וויכטיג צו די יארן ווען קאלעגע ישיבה בחורים האבן אין רעאקציע פון א דזשאוק אויף זייער חשבון געקענט צערייסן די טעשער פון די חאלאטלעך וועלכע האבן געסרוחעט פון ביי-פרישטאג-אויסגעגאסענע וועדזשטעבל סאלאטן און קאפי??. צו מיינט איר טאקע אז איך בענק זיך גאר שטארק צו די יארן ווען מען לעבט אין א תוהו ובוהו בעת די שתי שערות הייבן אן צו שפראצן און אזוי אויך די 'עפעס פאני פילינגס'?....סא, דו גאנצע 'יונגע יארן' גערעדעכץ איז 'סתם אין די וועלט אריין גערעדט'.....

אפגע'הרג'עט א גוטן ווערטל...........

געשיקט דורך Yentash ב-1:18 PM
ווי מען גייט און שטייט איז מען ביזי מיט די אסטראנאנטן וואס דרייען זיך אין דער הייעך העכער אונזערע קעפ, האב איך זיך נאטורליך דערמאנט פון נאך מענטשן וואס פליען אין די לבנה אריין, נעמליך 'חתן כלה' גראד נאך די חתונה, און אז איך האב זיך דערמאנט פון חתן כלה אין די שבע ברכות האב איך זיך דערמאנט אין א גוטן און אמת'ן ווערטל וואס מען זאגט נאך פון ראפשיצער רב, איר האט שוין אודאי געהערט דעם ווערטל, אז ער האט אמאל געטראפן א חתן אינמיטן די שבע ברכות האט ער אים געזאגט 'איך בין נישט דיינס!', ווייל א חתן אין די שבע ברכות מיינט אז די גאנצע וועלט איז זיינס......... דער ווערטל וועפט שוין היינט פון אזויפיל געניצט ווערן, אבער דער אמת איז אז דאס איז אן אמת און געשמאקער ווערטל, און וואס איז נעבעך דער ווערטל שולדיג אז יעדער עלטערער מענטש -מיט אן ארויפגעדרייטן צעקניפטן בארד מיט די פיאות צוזאמגעדרייט מיט א פעסטקייט אויפן אויער צאמציענדיג איר ווי א פארמאכטן רויז- מיינט אז ער מוז צוגיין זאגן דעם ווערטל -וואס ער אליין האט נאך געהערט פון ר' חיי-מענדל כמה פעמים- פאר יעדן חתן וואס דאווענט אין זיין שול צעלאכנדיג זיך מיט א גרעבציגן געלעכטער ארויסווייזנדיג דערביי די געלע ציין וואס ליגן אים פארשטעקט אונטער די לאנגע שטעכיגע שנוינצן..... וואס איז נעבעך דער ווערטל שולדיג אז יעדער אפגעריסענער פעטער וואס האלט זיך פאר א בדחן מיינט אז ער מוז זיך ביי יעדע קאזינס שבע ברכות אויפשטעלן מיט זיין גרעביגן בויך און דיקע פיס מיט זיין צאמגעקנייטשטן גאלדענע בארד מיט די רינדיגע ברילן אויף זיין צעקוועטשטן נאז און אנהייבן מיט דייקא דעם ווערטל קוקנדיג דערביי אויפן חתן און הנאה האבנדיג אז ער שמייכלט נישט כאפנדיג אז דער חתן שמייכלט גארנישט פון זיין וויץ נאר ער לאכט שוין מיט א זיבלדיגן שמייכל א גאנצע וואך טראכטנדיג פון זיין גוטן גורל אז ער האט חתונה געהאט מיט זיין מעכטיגע כלה אין וועם ער האט נאר געזען די מעלות ביז איצט נישט כאפנדיג אז די חסרונות רוען נאר איצטערט איין ווי די שטילקייט פארן שטורעם...... וואס איז נעבעך דער ווערטל שולדיג אז יעדער זיידע מיינט אז בעת ער זיצט לעבן חתן ביי די שבע ברכות מוז ער איבערזאגן דעם וויץ פארן אייניקל מיט זיין שטילע קראצעדיגע הייזעריג-קוויטשעדיגע שטימע דערביי גלעטנדיג די געלע בארד מיט די ציטערדיגע האנט זיינע און שמייכלענדיג צו דעם צד השני'דיגן זיידן מיט א זיידע'אישן -אין היטלער נקמה'דיגן- שמייכל......... שוין וואס קען מען טאן?, די חברה האבן אפגע'הרג'עט א גוטן ווערטל...........

בלאז דעם שופר די אידיאט!... נישט זיך...

געשיקט דורך Yentash ב-1:15 PM
אהההה...... מיט א טיפן אויסגעצויגענעם קרעכץ זינק איך איין מיין פולער קערפער אינעם באקוועמען לעדערנעם פאטעל....... אההההה...... לאז איך ארויס נאך א קרעכץ, אבער נישט פון מידעקייט אדער אפמוטשעניש, נאר פון רואיגקייט און רוה, ס'א שאלה?... הערשט יעצט צוריק פון וואקאציע..... וואס'א געשמאק...... אהההה.... לאז איך ארויס נאך א קרעכץ אריינזינקענדיג זיך טיפער אינעם פאטעל, די פיס זענען מיר צוזאמגעלייגט איינע אויפן צווייטן און די אויגן פארקלאצט אויפן דאך בעת איך פארקנייטש מיך דאס פנים פארטראכטנדיג זיך ערנסט אין מיינע טיפע געדאנקען...... פאר עטליכע מינוט צוריק האב איך זיך אריינשפאצירט אין אפיס אריין זיך אונטערזינגענדיג 'יאמאמיי' קלינגענדיג מיט די שליסלעך צו טאקט פונעם ניגון..., מיט א רואיגקייט האב איך געעפנט דעם הילצערנעם טיר וועלכע האט ארויסגעלאזט עטליכע פארשידנארטיגע גריצלערייען און קוויטשערייען וועלכע האבן מיך דערמאנט פון דעם טאגטעגליכן מעמד יעדן חודש אלול אינדערפרי ווען מיין בעל תפילה בלאזט דעם שופר.... מיין בעל תפילה איז א יוד אין די מיטל זעכציגערס מיט א געל-ברוינליכער טלית אבער מיט א ווייסע עטרה וואס ער האט הערשט לעצטנס געקלינט ביי 'פארקאש טליתים און עטרות' לכבוד זיין בן זקונים'לס שבת שבע ברכות, האט ער נעבעך אזא קרענק וואס א ריזן חלק אידן -הויפטזעהליך עלטערע- האבן, אז קוים קומט חודש אלול, גלייך ווי די האניג קיכעלעך און קוכן גייען אריין אין באנוץ, קומען זיי אריין אין שול יעדן פארטאגס מיט א געבויגן שמאל פיסקל, די שפיץ נאז קאלירט רויטליך פון די לייכטע קעלט פון די אלול פארטאגס שעה'ן, די לייכט-גרויע בארד אומגעקעמט, די פיאות צוזאמגעדריקט און אראפגעלאזט, די אויגן פארגלייזט זייטיג אויף ארויף, די הענט צוזאמענגעלייגט איינס אויף ס'אנדערע, און מיט שטייטע טריט גייען זיי ארום מיט א תשעה באב'דיגע בלאזיגע מוט אנזייענדיג ביטערניש און אומעט אויף ווער עס זעט זיי בטעות. און דאן הייבט זיך אן דער טירחא דציבורא'דיגער חורבן, זיי הייבן אן זאגן הויך ברכות בכדי דער עולם וואס האלט אינמיטן פארדרייען די תפילין של יד זאל ברויכן ענטפערן אמן, קוקן קרום אויף ווער עס רעדט פארן דאווענען -ווער רעדט נאך פון אינמיטן דאווענען-, פרעגן מיט די האנט און ברומען א שאלה'דיגן נו.... ווען איינער שרייט יתגדל נאך הויכע שמונה עשרה, לויפן נאך די צדקה פושקעס מיט ניקלעך, און רעגן זיך ווען עס פארבלייבט נישט קיין מנין אויף תהילים נאכן דאווענען. די אויסדערוועלטע פון זיי -ווי צב"ש מיין בעל תפילה- וועלכע האבן דאס גליק צו זיין א חיוב און דאווענען פארן עמוד, די האבן דאס בעסטע פון אלע, זיי האבן די רעכטן צו בלאזן שופר נאכן דאווענען...., ווען ער זאל ווען קענען וואלט עס מיר קנאפ אנגעגאנגען, דער פראבלעם איז אבער אז ער בלאזט אלעס און אויף אלעס חוץ דעם שופר..... שוין פון אנהייב עלינו שפירט ער זיך וויכטיג, די נאזלעכער צועפענען זיך אים פון התרגשות, מיט א ספעציעלע זיבלנות ציט ער אויס דעם עלינו און מאכט זיכער נאך צו האלטן ביי 'להעביר גלילים' ווען דער גאנצער עולם איז שוין שטיל, און דאן פארענדיגט ער דעם עלינו הויך אויפן קול ארויפציענדיג מיט א קרעכץ ביי 'יכירו וידעו' א.ד.ג., ענדליך ווערט ער פארטיג און דאן קומט הערשט דאס ריכטיגע...... פפפפיו...... פפפפיו...... פפפפיו...... פרובירט ער איינמאל און נאכאמאל....... פפפפפפפיעעעעעעעעיו....... פפפפפפפיעעעעעעעעיו....... פרובירט ער שטערקער און שטערקער....... די אויגן זענען אים ברייט צעעפנט, אין די נאז לעכער קען מען טיף אריינקוקן אן עפעס צו פארפאסן, ביידע באקן זענען אים אויפגעבלאזן אין דאס גאנצע ברייט, ס'גאנצע פנים איז אים שוין בלוי, אבער קיין רעכטן 'תקיעה' האט מען נאך אלץ נישט געהערט......., אפילו דער שופר איז שוין אויסגעמוטשעט, די שפייעכץ רינט שוין ארויס פון די ברייטע זייט, אבער ער גיט נישט אויף...... 'ער' און דייקא 'ער' ברויך בלאזן דעם שופר...... קענען שטיין אינגעלייט וואס קענען בלאזן דעם שופר גרינג ווי א פידעלע, אבער ער וועט פאר קיין געלט נישט מוותר זיין דאס שופר געבלאזעכץ....., הפנים דאס וועט אים פארצייען די זינד זיינע...., ער מיינט טאקע אז ער וועט א גאנץ יאר פאשען אין אלע פעלדער און דאס שופר-בלאזעריי וועט אלעס צעבלאזן....... בלאזט ער אויף יעדן... בלאזט ער זיך.... אלעס חוץ'ן שופר..... בלאז דעם שופר די אידיאט!... נישט זיך...

אן איינפאכער חזיר....

געשיקט דורך Yentash ב-1:11 PM
זיץ איך מיך אזוי היינט פארטאגס אין ביהמ"ד ביי א גמרא און איך לערן.

אה..... די פריע פארטאגס שעה'ן..... עס איז דאך ממש מעין עולם הבא, דער קאפ איז קלאר און אויסגעלייטערט, מען ווייסט נישט פון קיין דאגות און פון קיין דרוק, מען ווייסט נישט פון קיין ביזנעס און פון קיין אינטערנעט, מען זיצט זיך אזוי רואיג מיט א געשמאקער הייסע קאווע פון ווי דער רויך גייט אויף הויך ארויף צעשפריידנדיג די גשמאקע גערוך פון א גוטן קאווע אינעם גאנצן ארום אויפרייצנדיג יעדן וואס גייט פארביי צו לויפן זיך אנגרייטן א קאווע ביים גרויסן קעסל ווי עס קאכן זיך די גאלאנען וואסער מחיה צו זיין אידישע קינדער מיט א פיינעם צופרי'עדיגן געטראנק. זיץ איך זיך מיט א רואיגקייט פארטוען אין די גמרא זיפענדיג א שלונג נאך א שלונג בעת עס טראפן טריפעלעך וואסער פון מיינע נאסע פיאות וועלכע האבן זיך נארוואס מטהר געווען צוזאמען מיט מיין גאנצער קערפער אין די פיינע מקוה, אויפפרישנדיג דעם פאריאגטן און פארפלאגטן אידל וואס דארף אט אט לויפן זיך מייגע זיין על המחיה ועל הכלכלה און מקיים זיין דעם בזיעת אפיך תאכל לחם, און יעצט נוצט ער נאר אויס די פרייע פאר רואיגע שעה'ן עוסק צו זיין אינעם שיעור קבוע זיינעם, אה!...... ממש א געשמאק!....... אביי זאגט רבא פרעגט רבה ענטפערט און שמואל ברענגט א ראיה, ר' יוסי הגלילי קריגט און רבי האלט אנדערש ר' יצחק נפחא שטימט צו און רבי אלעזר האלט אויך אזוי, אוי ווי זיס איז דאס!...... די מחלוקה לשם שמים פון די בית שמאי מיטן בית הילל פון רש"י מיטן רבינו תם, אוי דער מהרש"א מאכט דאך דאס אזוי קלאר און דער רשב"א ברענגט דאך א ראיה וואס מאכט שפרינגען, ווער רעדט נאך פונעם פני יהושע..... עס איז דאך אינגאנצן אן אנדערע וועלט, עס איז זיס..... עס איז לעכטיג..... עס איז א מחיה!..... מען פארגעסט דאך פון אלע צרות יגון ואנחה, משוגע דארף מען זיין נישט צו לערנען נאך מער משוגע נישט צו לערנען פארטאגס...... ווערט מיר אט שווער עפעס אין תוספות, נו וועט מען א קוק טאן אין מהרש"א, איך מיש אויף אהין, וועלכע דארף האלט איך?..... אה ל"ד ע"א..... ווי איז עס?.... אה דא....... לאמיר זען וואס דער מהרש"א זאגט...... איי איי איי איי איי איי יאם...... זינג איך מיך אונטער מיט א ניגונ'דל....., איך טרעף דעם מהרש"א..... איך בייג צו מיין קאפ אריינצוקוקן בעסער אין די קליינע ווערטער..... ווען פלוצלינג...... וועעעעעעעעעך!!!............. פוי!....... וועך!.... פעך!!.... נישט מער און נישט ווייניגער..... א גאלדן-ברוינער געדדייטע דריי און א האלב אינטשיגער האר........ וועעעעעעעעעך!!!............. פוי!.......ווער האט עס דא אריינגעלייגט???!!!!..........., אה עפעס א איד א פערד וואס האלט אז זיין האר פון די בארד איז הייליגער ווי מיינע מענטשליכע געפילן זענען ווערד........ גלייך אויף די מינוט, ווען מיין מויל איז נאך געווען פארדרייט פון איבל, האב איך מיך אראפגעזעצט שרייבן א בריוו צו דעם איד. לכבוד מיין טייערער ידיד, מיט פארעקלטע געפילן פון גרויס איבל און גרויל נאכדעם וואס איך האב געטראפן דיין הייליגער האר אין די גמרא וואס איך האב היינט געלערנט, זעץ איך מיך אראפ שרייבן די דאזיגע שורות. ווי עס קוקט אויס ר' איד האלט איר זיך פאר א גרויסער קדוש, אויף אזא פארנעם אז אפילו די האר פון דיין שטינקיג קערפער איז אזוי הייליג אז די שרפי מעלה אין הימל וועלן נישט אויסהאלטן אויב עס וועט זיך וואלגערן אויף דער ערד, וויל איך אייך זאגן אז ניין! איר זענט נישט קיין קדוש, נישט קיין צדיק, און אפילו נישט קיין סתם ערליכער איד, 'איר זענט א פשוטער חזיר!!!!!!'........... מיט וואספארא רעכט האלטסטו אז דו ביזט ערלויבט צו פאר'חזיר'ן הייליגע ספרים מיט אפפאל פון דיין גרויליכער קערפער???!!!!!?.... פארוואס האט אייער חזיר'יש הארץ באוואויגן אייער עקלהאפטער מח אז יא! אנדערע אידן זענען מחיוב צו שפייען איבל און גרויל צוליב אייער צעקניפטן האר'ל????!!!!?... ר' איד טייערער! אויב איר האלט אז אייער האר באלאנגט אין א ספר, דאן פלאצירט דאס אין א קאנווערט וועלכע איר זאלט שטענדיג האלטן ביי אייך אין קעשענע גרייט על כל 'האר' שלא תבא, און טראגט דאס אהיים און זאל אייער הויזגעזינט האבן די זכיה זיך צו באגעגענען מיט אייער געשמאקער אבר מן החי!!!!!!!!!...........

ווי עס שרייבט צו דיר דיין חבר, מיט עקל און גרויל געשטיקט מיט אן איבלדיגן טעם אין האלז.

קליינע וועלט?.... פיצי וועלט!..

געשיקט דורך Yentash ב-1:02 PM
ווער עס האט נאר אמאל גערעדט צו אן עלטערן איד אדער אידענע, וועט איר הערן פון אים/איר די אויסדריק 'אוי, די היינטיגע וועלט' איז 'א קליינע וועלט'... און ווען איך זאג 'עלטערע איד' מיין איך נישט דוקא אן אלטער איינגעבויגענער מיט צעקנייטעשטע הויט, ציטערדיגע הענט, גרויע האר, און א ציטערדיגע הייזעריגע שטימע צו וועלכן מען דארף צולייגן קאפ און אויער צו פארשטיין וואס פונקטליך דער מענטש רעדט, און דאגעגן ווען איר רעדט צו אים ברויכט איר שרייען העכער פון א הויכהילכער אויכעט נאר אז ער זאל הערן אינגאנצן עפעס אנדערש ווי איר האט געמיינט צו זאגן.

איך מיין אינגאנצן נישט דייקא אן אלטער איד וועלכע בענקט שטענדיג צו די אלטע היים צום קליינעם שטעטל אין וועלכן מען האט געדארפט ארויסלויפן אין הויף אין די קעלט און היצן כדי צו טון די מענטשליכע באדערפענישן און נאכער זיך אינטערווישן מיט -אמבעסטן פאל- א שמוציגער צייטונג פאפיר און ס'רוב מאל מיט א שטעכיגן שטיין און אויך שוין א גענוצטע.

איך רעד נישט דוקא פון די עלטערע אידן וועלכע בענקן נאך די מילך וואס די מאמע האט 'אליינס' געמאלקן פונעם קו וועלכע האט זיך געהאדעוועט ביים שכן און הויף און פארשפרייט איר דומפיגן גערוך אינעם גאנצן ארום.

איך רעד נישט דייקא פון די עלטערע לייט וועלכע בענקן זיך צו די פליייש וועלכע מ'האט געהאט פונעם טשיקן וועלכע מ'האט 'אליין' אויפגעצויגן ביי זיך אין הויף און 'אליינס' אפגעווישט די כסדר'דיגע צואה אירע און 'אליינס' געטראגן צום שוחט און 'אליין' איר געזאלצן אפגעוואשן און אפגעקאכט.

איך רעד נישט דייקא פון די עלטערע אידן וועלכע שטרעבן צוריק צו גיין אינעם אלטן דערפל אין וועלכע עס האבן געוואוינט א קנאפע צוויי מנינים אידן און פאר א גרופע פון אכט קינדער פון פארשידנארטיגע עלטערס איז געווען איין מלמד וועלכע האט געשמיסן מיט א צווייג ווען מען האט נישט געקענט די עברי און באלוינט מיט אן 'אגוז' ווען מען האט יא געקענט.

איך רעד נישט דוקא פון די גאר עלטערע אידן וועלכע בענקן צו די צייטן ווען מען האט געמאלד וויכטיגע נייעסן דורך א טעלעגראם און אויסגעפירט שידוכים דורך בריוו אנדעם וואס די חתן כלה זאלן וויסן מי ומי ההולכים.

איך רעד אפילו פון מיטל עלטערע אידן די היינטיגע עלטערע בעלי בתים זיי וועט איר אויך הערן זיך אויסדריקן אז די היינטיגע וועלט איז גאר א קליינער... און זיי זענען נישט גערעכט, קליין איז זי די וועלט? 'ס'איז פיצי'!!!!!!...... איר קענט היינט אפלעבן די יארן און אלעס וויסן האבן און באקומען אנדעם וואס איר זאלט אויפהייבן די פליישיגע רגליים אייערע, אלעס דורכן זיצן ביי א קאמפיוטער סקרין, איר קענט טון ביזנעס, קויפן נכסים, אויסשטאפירן דאס הויז, בויען דאס הויז, באשטעלן א פיצא! אלעס אויפן קאמפיוטער, אמאל האט מען גאדארפט גיין צום פענסטער זען די וועטער אינדרויסן, היינט.... יעדע סייט זאגט דיך אן וואס דו זאלסט פרעגן פונקטליך וויפיל וואלקענס רוען העכער דיין בלאק..... און איך זאג אייך, עס וועט נאך קומען א צייט, נישט לאנג ארום, וואס מען וועט אנהייבן פראווען שמחות אויף די נעט..... נישט לאנג ארום וועט איר עמטליך הערן 'ר' דער און דער רופט דעם עולם צו זכור אין ביהמ"ד 'היימישע קרעטשמע!'.... וואס עפעס מאכסטו דארט? אה איך דאוון דארט איך בין דארט א מעמבער, טאקע? וואס עפעס?, סתם ס'איז זייער א בא'טעם'ט קליין שול'כל איך ווייס נישט איך האב עס ליב..... לאנג וועט עס נישט געדויערן........ דער באשעפער זאל העלפן נאר אויף שמחות.....