מיין שוויגערס חנוכה פאדי
געשיקט דורך Yentash בFriday, February 27, 2009-9:53 AMביי די חנוכה פאדי דאס יאר, ווי אלע יארן, איז מיין נעפיו חיימ-חעסקי ארומגעגאנגען נאך געלט.
דער אמת איז אז אלע קינדער גייען ארום נאך געלט, פארט אבער רעד איך פון חיימ-חעסקי'ן ווייל.... נו, ער איז חיימ-חעסקי, וויאזוי זאל איך דיר מסביר זיין... קענעהארע א זאפטיג יונגל וועלכער פארשוינט נישט קיין אומגעגסן קיכל, און מאכט זיכער אז מיין פארבליבענע האלבע בלינצע גייט נישט לאיבוד, און נישט דייקא מיין, און נישט דייקא בלינצע.... בקיצור, א חיימ-חעסקי מיט אלע מפרשים.
ווען ער שמייכלט, נעמט ער אריין דעם גאנצן פנים אינעם געשמייכל, פארשטעקנדיג די אויגן דארטן טיף הונטער די ברייטע נארהאפטע באקן. ווער רעדט ווען ער איז עפעס טועם.... דאן נעמט דאס גאנצע קערפער א טייל, דאס גאנצע פנים קייט מיט, און סאם-האו מענעדזשט ער זיך צו פארלעקן די פינגער אפילו נאך א פשוטן קרעקער....
דרייט ער זיך ארום נאך געלט דער רינדיגער, ווען אלע פעטער'ס מאכן זיך נאריש מיט די "באטאמפטע" וויצלעך. מיין שוואגער בערל, דער עלטסטער פון די געשוויסטער, אלס גייט ער אנגעטון מיטן אויליגן טוטו-בלוט ווי ער זאל ווען ערווארטן א רוף פון זיין לויער. זיצט ער דארט מיט זיין בלעקבערי און שפילט די באלי קראכער געים, איך געדענק נישט די אפיציעלע נאמען. "פאר וועלכע מוסד גייסטע" פרעגט ער חיימ-חעסקי'ן סארקאסטיש אן אויפהייבן די אויגן פונעם מאשינקע "די נייע אדער די אלטע? איך געב נאר פאר די אנדערע..." זאגט ער מיט א לאך פון זיין אייגענעם וויץ. יעצט הערשט הויבט ער זיך אביסל אונטער די בליקן צום עולם אפצונעמען זיין אטענשאן. ווען קיינער שפירט נישט קיין דראנג צו שמייכלען פון זיין מילביגן וויץ, גיבט ער א לייג צו אזא "וואאאס?...." שאקלנדיג מיטן קאפ זייטיג אין ריכטונג פון דעם אומשולדיגן חיימ-חעסקי....
מיין יונגסטע שוואגע, דער נאך אן די בארד מיט די פונקטליכע פיאות, וועלכער שמירט זיך אלקאהאל אויף די טינעידזש פימפלס יעדן מוצאי שבת ביי די שוויגער אינדערהיים. ער ניצט נאך אלע "שיבע ווערטער" און פארציילט פאר זיין ווייב אלע "שיבע וויצן". ווייזט אויס דער לץ פון זיין עידזש אדער וואס, ער לויפט שנעל ארום פרעגן ווער עס האט א הונדערטער, אריינלאכנדיג אין יעדנס אויער אז ער וויל בעטן דערפון טשעינדזש פון חיימ-חעסקי'ן.... קחחחחחחח.... איך שטיק מיך פאר געלעכטער דו לץ. העי דו גוטזאגער, עפעס א מעשה פון "יוסף לייב" האסטו נישט?....
ענדליך קומט ער אן צו מיר דער חיימ-חעסקי, איך גיב דעם טשאבי צוויי דאללער, ער פרייט זיך. איך ווארט ער זאל גיין ווייטער ווייל ער שטייט אונטער מיין בענקל און איך מוז דערפאר זיצן מיט די בויך צודריקט אין טיש אריין. אבער ער האט עפעס גאנצע בוק-קיפינג צו טון, ער זוכט און טראכט, ער גיבט מיר קודם א "איין דאללאר" צעטל פון זיין בוק, נאכער וויל ער וויסן צו איך דארף נאך א "איין דאללאר"דיגע טיקעט, אדער ענדערש א "פופציג סענט" טיקעט און צוויי "פינף און צוואנציג סענט" טיקעטס....
שעפעלע... דער טיש איז אין מיין בויך, איך קעם קוים אטעמען, און מיין רעקל בראשט אריין אין די מעש-פאטעיטאס.... אפשר קען מען האנדלען שפעטער?...
נע אמת'דיג, וואס פשט פון די ביכעלעך? ס'איז נישט קיין גורל, ס'איז נישט קיין רעסיט, וואס וויל מען מיט די ביכעלעך? סתם עס נעמט לענגער פאר די קינדער און פאר די געבער. דער יונגל אין שול וועלכער איז מיר נאכגעלאפן צווישן די בענק אנגעטון מיט די אויפגעבלאזענע קויט און מיר אומגעווארפן דעם טלית בייטל, ער איז אויך געווען ביזי מיט די טיקעטס, ער האט נאמאר די קוואדער'דיגע, סאו איך קען אים אדער געבן פופציג סענט אדער קען ער מיך נאכשיקן די טיקעט מיט מיין יונגל... גיי שוין פון דא דו!...
אויך דער קליינער גרינבוים, ער קומט ביי מיין טיר נאך געלט, זיין קויט איז גרעסער פון אים, קוים וואס זיין פארפרוירן פנימ'ל זעט זיך ארויס, די "בוצעס" קומט אים אן באלד ביזן קאפ, אזויווי זיין מאמע האט אים איינגעוויקלט פארן ארויסגיין אזוי איז ער געבליבן. גיב איך אים א דאללאר ווערט ער פארלוירן, ער צוימט זיך איין נישט צו וויינען, ער האט נאמאר קיין דאלאר'דיגע... ניין? דעמאלטס שרייב מיר א דאללאר'דיגע אויף א פעיפער.... ער זוכט א פען.... אוי.... נו שוין דו תמים, קלוגער פון דיין טאטן וועסטו שוין נישט אויפוואקסן...
דער שווער איז ביזי מיט די "נר מצוה" קנויטן. "אויסערגעווענליך שיין, הערליך..." זאגט ער צווישן איין גרעבץ און אנדערן "ברענט ווי א לעמפל.... הערליך הערליך הערליך..... נאך אזוי שיין נישט געהאט".
יעדעס יאר האט ער אן אנדערע קאמפעני, און אלע טעכטער מיינען אז זיי מוזן אויך קויפן וואס ער זאגט. מילא אז מיין גראסערי האט עס גייט עס מיך נישט אן, אבער אז נישט הייב איך אן ליידן, "גיי היינט צו די מקוה איד" הייבט זי אן איינטיילן, "ביסט שוין געווען ביי די מקוה איד? מארגן גייט שוין גארנישט זיין, אלעס וועט זיין אויספארקויפט, נאר די קאמפאני איז די גוטע".... ס'טו געזען אזאנס!....
מיין שוועגערין האט געמאכט מילעכיגע דאנאטס.... די גאנצע פאדי שטעלט זיך אפ. ס'האט נישט קיין טעם וריח, סתם א אויליגע באלי באשפריצט מיט קאנפעקשאן צוקער..... המממ.... דעלישעס... "איטס בעסט וויט דזשעם" רופט זי אויס.... יו בעט, עטליעסט די דזשעם האט א טעם...
אקעי!.... יעצט ווערט לעבעדיג. לאה דבורי שפאנט אריין מיט א ריזיגע אנגעפילטע גארבידזש בעג, איר קליינע ארי שלעפט זיך מיט פון אונטן מיט נאך צוויי שאפינג בעגס. "יעצט הייבט זיך אן די פרראגררעעם" רופט זי אויס מיט פאטאס "אז די מענער ווילן נישט מיטהאלטן מוזן ענק נישט מיטהאלטן, לעט אס העוו די פאן"....
געזונטערהייט.
"יעדער באקומט א צוגעמאכטע צעטל מיט איינעמס נאמען, איך פרעג א קוועסשאן און ווער ס'האט די ענסווער פוירסט דער עפנט זיין צעטל, און וועמנס נאמען די האסט אויף דיין צעטל דארפסטו געסן וואט קיינד אוו שיך יענער האט. ווי שנעלער מ'געסט, באקומט מען א בעסערע פרייז. נאכדעם, דער וואס האט באקומען די פרייז פרעגט די קוועסשאן, און אזוי אראונד ענד אראונד"....
יעדער קוקט צומישט מיט פארלוירענע שמייכל'עך.... קיינער ווייסט נאך יעצט נישט וואס די געים איז געווען.
אין די ענדע האט מיין ווייב געוואונען א קנאבל-קוועטשער וואס איז נישט ווערט צו טובל'ען, און א פיקטשער פרעים וואס האט זיך צעבראכן ווען כ'האב געוואלט אריינלייגן די פיקטשער. נאך גוט אז איך האב איינגעצאלט א צוואנציגער פאר לאה דבורי'ן, "איטס אלל גאננע בי יוספול האאוס אייטעמ'ס, סאו איטס גאננע פעי אוט" האט זי מיך פארשפראכן ווען כ'האב איר געבעטן טשעינדזש פונעם פופציגער.
מיין ווייב זאגט אבער אז דער עיקר איז די "פעמילי געדערינג", איטס עי נייס פעמילי איווענינג. מ'טרעפט זיך מיט יעדן.... אלע שוואגערס.... איטס פאן.
יא, גערעכט. יוי! ווען איז שוין נעקסטע יאר???!!.....